בית פורומים כל העולם כולו

נייעס פון דע נסיעה צו קברי אבות בראשות רבינו שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/7/2006 07:34 לינק ישיר 
נייעס פון דע נסיעה צו קברי אבות בראשות רבינו שליט"א

דא זאל מען שרייבן אלעס איבער די נסיעה



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2006 21:22 לינק ישיר 

א גרויסן ישר כח פאר ווילי חסיד פאר דע שיינע רעפארט איבערן געהויבענעם שבת בצל רבינו שליט"א
נא אפשר פארשאפסטו  א פאר פיקטשערס אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/7/2006 06:15 לינק ישיר 

באקומען אין אישית:

מ'איז אנגעקומען און סיגעט 6:00 די רבי שליט"א האט פארגעזאגט תהלים ביים ציון פין ייטב לב מ'האט געזאגט פון קפיטל צ' ביז קז'

די רבי האט פארגעזאגט תהלים מיט בכית נוראת דער גאנצער עולם האט מיט געוויינט מ'האט זיכער געפוילט א ישועה ס'האט געהערשט א גרויסע הותערות

די רבי האט זיך משטתח געווען ביי יעדע ציון עקסטער

מ'האט אויסגעריפען מ'זאל אינזין האבן די רבצין די רבי'ס מאמע פעסיל לאה בת חי'

הרב שלום אליעזר שליט"א האט פארגעזאגט תהילם ביין ציון פין קדושת יו"ט מ'האט געזאט פין קאפיטל קח' ביז קכ'

הרב חיים צבי מייזליש שליט"א האט פארגעזאגט תהילם ביין ציון פין עצי חיים מ'האט געזאגט פין קאפיטל קכ' ביזן סוף

די גאנצע צייט איז געווען בכית נוראת מיט גרויס התעורת

די רבי שליט"א האט פארגעליינט יעדן קוויטל עקסטער

ווען מ'האט געזאגט די יהי רצון נאך תהילם ביים ציון פין עצי חיים און סיגעט האבן די הימלן אנגעהויבן מיט וויינען מיטן עולם ס'האט זיך אראפ געלאזט א שלאקס רעגן פאר 10 מניט

ווען מ'האט גענדיגט תהילם האט מען געדאווענט מנחה און אוהל און סיגעט

מ'איז אוועק געפארן פון סיגעט 8:30 דאס הייסט מ'איז דארט געווען 2 1/2 שעה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2006 18:27 לינק ישיר 

ווייסט איינער אויב עס וועט זיין צי באקומען טעיפס פין די נסיעה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/7/2006 18:30 לינק ישיר 

פון אישית:

פין סיגעט איז מען געפארן קיין סאטמאר מיטן רבין שליט"א דאווענען מעריב

פון סאטמאר איז מען צוריק געפארן קיין אונגארען מ'איז אנגעקומען אין האטעל 3:30 מ'האט געגעסן און געגאנגן שלאפן



מאנטאג, די יארצייט פונעם ישמח משה

מ'איז אוועק געפארן פין האטעל 12:00
נאר די רבי שליט"א איז געפארן צו נירעדהאז ער האט דארט א באבע

דער עולם איז געפארן צו קאלעוו צו די נייע בית החיים

און די רבי איז געפארן נאך נירעדהאז צו די אלטע בית החיים און קאלעוו דארט האט דער עולם זיך צוריק געטראפן מיטן רבין מ'האט געזאגט 10 קאפיטלך תהלים די רבי האט פארגעליינט די קוויטלעך
דערנאך האט מען געזינגן די באקאנטע ניגינום גלות גלות, סאלא קאקש מאר, יבנה המקדוש יבנה המקדוש,

מ'האט גענדיגט
1:30

מ'פארט קיין ליסקא




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2006 21:56 לינק ישיר 

באקומען אין אישית:

מ'איז אנגעקומען קיין ליסקע 2:35
מ'האט געזאגט 10 קאפיטלך תהלים הרב ר' יוסף לייב קאהן שליט"א האט פארגעזאגט די תהלים

מ'האט גענדיגט 3:10, מ'איז געפארן קיין איהעל

מ'איז אנגעקומען קיין איהעל
3:50
מ'איז געגאנגן און מקוה

די רבי שליט"א איז ארויף 4:00 אין די שטיבל העכער די מקוה און מ'האט געמאכט א לחיים די רבי האט אנגעווינטשן פארן עולם אין מ'האט דארט געזינגען אסאך ווארמע ניגונים דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט דברות קודש די רבי האט מעורר געווען אז אידישע קינדער דארפן אסאך ישועות דער עולם זאל איינרייסן אויך האט ער געוויינט אז ס'איז שוין 165 יאר פון הסתלקות פין הייליגן ישמח משה און מ'איז נאך נישט געהאלפן געווארן
דער נאך האט די רבי אנגעווינטשן לאנגע ברכות פאר גאנץ כלל ישראל
מ'האט גענדיגט די לחיים 4:50

דער נאך איז מען געגאנגן צו ציון הקדוש פין ישמח משה
ס'האט זיך אנגעזעהן אסאך פרישע אידן פון איבער די גאנצע וועלט וואס זענען געקומען צים ציון הקודש פין ישמח משה

ווי אויך איז אן געקומען ווען די רבי שליט"א איז דארט געווען הרב ישראל האגער שליט"א, הרב מהארדענקע שליט"א, און הרב שמואל בנימין קרויס שליט"א




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2006 22:00 לינק ישיר 

המשך:

מ'האט אנגעהויבן תהלים 4:50 

כ"ק רבינו שליט"א האט פארגעזאגט מיט געוואלדיגע געגועין און בכיות נוראות די תפלה פון שלום עלייך

און דער נאך האט מען אנגעהויבן קאפיטל צ', דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט ס'איז געווען אגאנצע צייט בכיות נוראות מיט א אויסטערלישע התעוררות.
 
מ'האט געזאגט ביז קאפיטל ק"ז, ווען מ'האט געזאגט די יהי רצון נאך תהלים איז געווען שרעקליכע בכיות וואס האט געשפאלטען הימלן, מ'האט געקענט טאפען און די לופט דאס התעוררת ס'איז נישט מעגליך צו באשרייבן

מ'האט גענדיגט 5:40 תהלים דער נאך האט די רבי שליט"א פארגעלערנט משנית

און דער נאך איז דער עולם אריבער געבן די קוויטלך פארן רבין פארצוליינען ס'איז געווען א גרויסע ליין מ'האט גענדיגט געבן קוויטלך 6:05 די רבי איז געגאנגן צום באס אויפן וועג צום באס האט די רבי זיך געטראפן מיט זיין שוואגער הרב ישראל האגער שליט"א און געכאפט א שמועס מיט עם דערנאך איז די רבי שליט"א ארויף אויפן באס און הרב שמואל בנימין קרויס שליט"א איז מיט געגאנגען מיטן רבין'ס באס צום יארצייט סעודה

דער נאך איז מען געפארן צום האטעל און קאשוי ווי דארט גייט זיין די יארצייט סעודה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2006 01:08 לינק ישיר 

מ'איז אנגעקומען אין האטעל 9:00


מ'האט אנגעהויבן די יארצייט סעודה 9:30


די אויבן אן איז איז געווען פין רעכטס צו לינקס
הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א
הגה"צ ר' אשר מרגליות שליט"א
הגה"צ ר' אשר יונה שווארטץ, רב פין וויען שליט"א
כ"ק מרן רבינו שליט"א
כ"ק הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א
הגה"צ ר' חיים צבי מייזילש שליט"א
הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א מנהל רוחני בישיבה גדולה תו"י
הרה"ג ר' עזרא משה כאירה מו"ץ בקהלתנו וומס"ב שליט"א


צום ערשט האט גערדט הגה"צ ר' אשר יונה שווארטץ שליט"א פון וויען, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' לייביש וויינפעלד שליט"א מגי"ש בקרית יואל וואס האט ארויס געברענגט אז רבינו שליט"א איז מ"מ פון בעל ישמח משה, און ער האט געזאגט אזוי ווי וויין קאכט יעדס יאר און די צייט וואס מען לעזט די טרויבן, אזוי אויך ווען כ"ק רבינו שליט"א האט איבער גענימען די שרביט הנהגה איז דער הייליגער ישמח משה ווייטער מתפלל פאר די גאולה און פאר גאנץ כלל ישראל


דערנאך האט כ"ק מרן רבינו שליט"א געזאגט ווארעמע דברות קודש

דער רבי האט ארויסגעברענגט די הייליקייט פון בעל ישמח משה, דער רבי האט געזאגט אז ביז אהער פין די נסיעה האט זיך שוין זיכער אויסגעצאלט די טייערע שפעזן פין די נסיעה ווייל דער עולם האט זיכער געפועל'ט אלע גיטס און פין יעצט און ווייטער צו אלע צדיקים ווי מ'וועט גיין וועט מען האבן פולן ריווח

די רבי האט געבענטש מ'האט גענדיגט 11:30

תוקן על ידי - כל_העולם - 25/07/2006 1:11:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2006 18:07 לינק ישיר 

 יעדער איז אדורך געבען קוויטלעך, גאנץ א גוטער איינפאל, אז יעדער זאל האבו די געלעגנהייט!
אמאל פלעגט זיין א געשטיפעניש ביי יעדע ציון עקסטער.

 ווער האט דאס אזוי מסדר געווען? 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2006 18:38 לינק ישיר 


‎ביי אלע ציונים האט מען אזוי אויסגעשטעלט, אדער נאר אין אוהעל ביי די יומא דהילולא?

תוקן על ידי - טאראראם - 25/07/2006 18:40:32



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 02:07 לינק ישיר 

א מאדנע זאך

ביי יעדן באריכט שרייבט דער שרייבער אז עס איז געווען אוממעגליך צו באשרייבן, אבער מיט דעם אלעם באשרייבט ער עס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 02:26 לינק ישיר 

האט זיך רבינו שליט''א געטראפן מיט תולדות אהרן רבי אין ליזענסק??? האבן זיי גערעדט???




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 05:00 לינק ישיר 

מקען הערן די געוואלדיגע התעוררות אויף קול סאטמאר
7303-990-212
4-3-2-1 #



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 16:29 לינק ישיר 

מיטוואך

מ'האט זיך געשטעלט דאווענען 6:15 אין האטעל ס'איז געווען א זייער ווארמע דאווענען די לעצטע טאג פין די נסיעה, מ'האט גענדיגט דאווענען 7:45

נאכדעם איז מען געפארן קיין צאנז

מ'איז אנגעקומען אין צאנז 10:20 מ'האט געזאגט פין קאפיטל צ' ביז ק"ז, די רבי האט פארגעזאגט מ'האט גענדיגט 11:30

נאכדעם איז מען געפארן קיין קראקע
מ'איז אנגעקומען קיין קראקע 1:45
מ'האט געדאווענט מנחה אין רמ"א שול
נאכדעם איז מען געגאנגן צו די רמ"א מ'האט געזאגט 10 קאפיטלך תהלים אין נאכדעם איז מען געגאנגן צו די אלע, רבי אליעזר הרופא, מגלה עמוקות, ב"ח, חנוכת התורה, און תוספות יו"ט, מ'האט געזאגט איבעראל 5 קאפיטלך מ'האט גענדיגט 2:50

די צייט האט נישט ערלויבט צו גיין צו די אנדערע ביה"ח אין קראקע

נאך אזא געהויבענע נסיעה האט מען היינט געקענט הערן פין אלע איבער 200 אידן וואס האבן מיט געהאלטן די גאנצע נסיעה אז די 2500.00 $ וואס די נסיעה מיט אלע צוגעהער האט אפגעקאסט האט זיך 100 מאל אויסגעצאלט

דער קלימאקס פין די נסיעה איז געווען אין איהעל ביים ישמח משה ווי אריבער 300 אידן האבן אויסגעשריגן דעם ה' ה' אויף איין מאל, אין אויך נאכדעם ווען ס'איז געווען א לאנגע רייע איבער צו געבן די קוויטעל פארן רבין, ווייל דארט האט די רבי געליינט יעדנס קוויטעל

דערנאך קומט ליזענסק און סיגעט וואו די התעוררות איז אויך געווען אויסערגעווענליך

דאס אלעס וואס איך האב געשריבן דא ביז אהער איז נאר א מקצת שבמקצת פין וואס מ'האט געקענט שרייבן פין אזא געהויבנע נסיעה, דער באשפער זאל העלפן מיר זאלן האבן געפוילט אלעס גיט פאר אינז אין פאר גאנץ כלל ישראל

אינז פארן יעצט קיין ניו יארק אין די רבי זאל זיין געזונט פארט קיין שווייץ




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 16:31 לינק ישיר 

אין א מזל'דיגע שעה !!! 
     מ'זאל האב'ן אויסגעבעט'ן אלעס גוט'ס !!!  תוקן על ידי - משמשבקודש - 26/07/2006 16:34:06



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2006 02:23 לינק ישיר 

יעצט אז מען איז אהיים געקימען קען איינער לייגען פיקטשערס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נייעס פון דע נסיעה צו קברי אבות בראשות רבינו שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext