שוין לאנגע יארן וואס די סיגוטער/זאליס/מתנגדים/בני יואל שפעטן אפ פון די רבי זי"עס ווערטער אז די בני יואל קינדער וועלן נאך זאגן הלל אין יום העצמאות, זיי פלעגן דעס נוצן אלס א סלאגען מיט וואס צו חוזק מאכן פון די רבי זי"ע. סהאלט נאך טאקע נישט ביי דעם, דערווייל, אבער מזעט שוין קלאר אז זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט ציונות ווען סקומט זיי גוט אויס! זיי קענען גיין אפילו אין די ציונישע קאורט וואס איז פונקט ווי גיין צו די בחירות! און די זעלבע צייט שרייען אויף ר' ניסים קארליץ אז ער איז א ציוני, און אפילו אויפן הייליגן רבין שליט"א קענען זיי אזוי זאגן! ווער ווייסט וואו זיי גייען נאך אנקומען!
נשלח ב-24/7/2006 21:01
דאס איז א פאלשע בריוו כאילו יצחק רוזנברג ריפט אים אין קאורט פארפאסט דורך איינעם פון ר' אלי' שליט"א בנים, נישט דער פון עירוב
נשלח ב-24/7/2006 20:53
יענער איז א סאטמארער חסיד פון בני ברק און אלע זיינע קינדער זענען סאטמארער חסידים
יצחק ראזענבערג ייהרוג ואל יעבור (ווי בא ללמד שרייבט אפילו א היתר בי"ד העלפט נישט)
נשלח ב-24/7/2006 19:42
יצחק ראזנבערג איז געגאנגען אין געריכט קעגן דעם גר צדק וואס האט זיך פארטשעפעט מיט א"ט 36 יאר צוריק, און וועגן דעם האט ער געהאט א קלארן היתר עס צו טאן.
און בנוגע די עדה החרדית (אויב די מעשה איז נישט פונקט אזא שקר ווי די מעשה מיט יצחק ראזנבערג), זיי האבן ביי מיר קיינמאל נישט גענומען קיין היתר צו געבן א השגחה פאר ציוניסטישע קאמפאניס וואס האלטן אפן זייערע געשעפטן אין שבת. איך בין אלזא נישט גרייט צו טראגן אויף מיין פלייצע זייער פעקל עבירות.
נשלח ב-24/7/2006 19:33
נאכאמאל
חסידים פונעם געווועזענעם קרית יואל'ער רב ענטפערט אויף דעם יצחק ראזענבערג איז געגאנגען אין ציוניסטישן קאורט אין תל אביב קעגן א בני ברק'ער סאטמארער איד אן קיין היתר בי"ד
דער שיכור האט זאק מיט תירוצים.... וועגן דעם איז ער א פורים רב... אינאיינעם מיט זיין פורים בית דין
נשלח ב-24/7/2006 18:59
חסידים פונעם געווועזענעם קרית יואל'ער רב ענטפערט אויף דעם יצחק ראזענבערג איז געגאנגען אין ציוניסטישן קאורט אין תל אביב קעגן א בני ברק'ער סאטמארער איד אן קיין היתר בי"ד
העדה החרדית גוט יעדן טאג היתרים פאר בעלי דינים צו גיין אין ערכאות.
האבן זיי אלע געטאן אן עבירה וואס איז ייהרוג ואל יעבור?
נשלח ב-24/7/2006 18:34
דאס איז א חוכא וטלולא צו זאגן אז מ'זאל זיך נישט מעגן פארטיידיגן, א"כ האיך מצאנו ידינו ורגלינו? דאס איז א געהעריגע לצנות אינעם בעל דברי יואל.
לאידך גיסא, האט עטס בוגדים בשיטת ויואל משה, נישט געטאן די מינדעסטע זיך מונע צו זיין פון זיך מתדיין זיין בחוקות המינים והכופרים, נישט אינטערגעשריבן קיין שטרי ברורין, נישט געשיקט קיין איין הזמנה, גארנישט, נאר גראד געלאפן מט חשק צו די אפיקורסים ומנאצי השם.
לאמיך ענק זאגן עפעס, פאליטיש גערעדט, האבעך העכסט הנאה אז ענק האבן זיך אזוי מיאוס באשטינקן, אדרבא זאל די ציוניסטישע מידיע שרייבן אז ענק זענען די וואס זענען "סאטמארע" ביז געלט, כה לחי, אבער ליידער איז דער חילול השם איום ונורא.
אויב ר' זלמן לייב עקשנ'ט זיך און גייט נישט ארויס פון קארט, איז א חויב צו אויפקלערן און די ציוניסטישע מידיע ספעציעל די זעלבע צייטונג וואס האט געשריבן אז "סאטמאר" פארקויפט קנאות פאר געלט, אז די זענען די מיעוט "בוגדי" סאטמאר, און די ריכטיגע סאטמארע זענען ווייטער טריי צו שיטת ויואל משה.
ר' זלמן לייב! חזור בך!
נשלח ב-24/7/2006 18:01
גיין זיך פארטיידיגן אין געריכט איז נישט קיין אנערקענונג אין די חוקי המדינה, עס איז בלויז אן אנערקענונג אז בעוה"ר זענען אידן מיט בארד און פיאות, וועלכע געבן זיך אן אלס שומרי תורה ומצוות, און נאך אלס סאטמארע חסידים, געגאנגען און געגעבן די פולסטע אנערקענונג פאר דעם ציוני'סטישן געריכט און זייערע געזעצן, וואס דער רבי זי"ע פסק'ט אז דאס איז ביהרג ואל יעבור ! פאר די איין און איינציגע סיבה ווייל ביי דין תורה זענען זיי זיכערע פארלירער !
אנא נוליך חרפתינו !
נשלח ב-24/7/2006 17:46
פעשי, זאג פאר יוסף90 אז אזוי גייט עס ליידער
ווער עס גיט די הענט פאר א חבר הכנסת... וועט שפעטער אריינפירן סאטמאר אין ציונסטישען געריכט און טרעפן כל מיני היתירים
אינאיינעם מיט זיין פורים בית דין...
וועגן דעם טראגט דער שיכור rר' זלמן לייב אזא פנים.
תוקן על ידי - wassa_dif - 24/07/2006 18:42:56
נשלח ב-24/7/2006 17:32
מבני בניו יצחק ראזענבערג איז געגאנגען אין ציוניסטישן קאורט אין תל אביב קעגן א בני ברק'ער סאטמארער איד אן קיין היתר בי"ד