| נשלח ב-26/7/2006 06:16 |
|
| |
סיגעטער סטראשען גייען אוועקנעמען בית החיים
די סיגעטער האבן געלאזט מעלדן פאר זייער עולם אז אלע פלענער גייען אן ווייטער פונקט ווי ביז יעצט. זיי האבן פאריגע וואך געשיקט א בריוו צו אברהם יושע ווערצבערגער די שמש פון קרית יואל און פאר יאסל ווייס און געסטראשעט אז מגייט זיי ארויסווארפן אויב זיי גייען נישט פאלגן יענקל כאהאן. יעצט האבן זיי געלאזט וויסן אז די איבערשרייבן פון קהל איז גארנישט ווערט און סתם א קינדער שפיל פון סאטמאר, עכט זענען זיי ווייטער געהעריג באלעבאס, און זיי ארבעטן שוין מיט די סטעיט פאליס אז זיי זאלן זיי בעקן זייערע שייגעץ שטיק. זיי שווערן זיך אז כ"ו אב גייט די קווינס בודקע זיין ביי די טיר דארט וואו די ישיבה גדולה שטייט אלעמאל, זיי זאגן נאכנישט אויב מגייט בכלל פארשיקן סאטמאר. זיי פארגעסן זעט אויס אז יענע לאט באלאנגט פאר די ישיבה וואס איז שוין לאנג איבערגעשריבן. אויך ווייסן זיי נישט פון קיין פאבליק סעיפטי... וואס איז זיכער אז כ"ו אב גייט זיין די שאודאון ווער עס ראנט די ביה"ח, און אויב די סיגעטער גייען למעשה יא בלייבן שטיל וועט עס זיין די גרעסטע באווייז ווער סאיז פאקטיש באלעבאס!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2006 16:32 |
|
| |
There is no question of who is boss at the cemetery.
The court ruled very clearly that it belongs to cong yetev lev Brooklyn
We are just waiting to find out who that is
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2006 02:48 |
|
| |
די זאלי'ס גייען יעצט טון די זעלבע שפיל ווי אין ב"פ ביי די חומש סעודה, זיי גייען שרייען אז זיי זענען בעה"ב און מ'וועט ווייזען פאר די ארוינים און בלא בלא בלא......
נאכדעם.... אאאפס..... אלעס האט געפלאצט זיי קומען נישט זיי גייען נישט........
וואס איז געשעהן?????
נועם המידות! אונז שלאג מיר זיך נישט....
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2006 01:13 |
|
| |
איך האב געהערט פון גאר א קראנטע מקור פון די זאליס אז זייער פלאן איז (אדער עכ"פ איז געווען) אויפצובויען א טענט אויפ'ן ריזיגן שטח אין פראנט פונעם ביה"ח, וואו דער סיגעטער וועט פירן טיש אין כ"ו אב.
זייער הסבר איז (אדער עכ"פ איז געווען) אז דער סיגעטער וועט מוזן פירן א ריזיגן טיש ווייל יעדער איינער וואס קומט ארויס פון ביה"ח, וועט דאך אריינגיין קוקן וואס טוט זיך ביים סיגעטער.
דעם כ"ו אב וועט זיך יעדער איבערצייגן ווער ס'איז בעל הבית פונעם בית החיים. די אהרונים אדער די זלמונים.
וועלן מיר אלע אויסהאלטן אפאר וואכן צו זען די רעזולטאטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2006 02:42 |
|
| |
ווער האט געגעבן דעם היתר פון גיין און ערכאות און ניו יארק ר' יוסף סופר אליין אדער זיין כולל אדער בי"ד חושן אבנים.
בכלל, ווען ר' יוסל סופר האט געגעבן זיין היתר האט שוין כולל "חושן אבנים" געהאט א בי"ד, אדער נאר אבנים און נישט מער.
(למעשה איז עס נישט קיין היתר ער שרייבט נאר דארטן דברי עמי הארצות אז א קהל קען זיך אליין מתיר זיין צו גיין בערכאות, אז דער תובע אליין קען זיך מתיר זיין)
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 20:52 |
|
| |
יוסעלע גולם
הרב זאבעל, אשכנזי, האבן געפירט 10 אזויפיל דין תורות ווי הרב פריעדמאן, פילאף, וויינבעגער
האבן געפירט
פשוט און פראסט ווייל 10 מאל 0 איז אויך 0
און וויבאלד סאטמאר דארף לויט זאלי'ס דאגמע ווערן געפירט דורך דייני קהלתינו, איז נישט מער
ווי רעכט אז די דייני קהלתינו זאלן געבן די היתר
יעצט בנוגע הרב סופר שליט"א איז שוין עפעס אנדערש, ווייל ער איז פון בי"ד חשן אבנים, וואס
פירן אן צענדליגער דין תורות
און די זעלבע זאך פארקערט, הרוצה לשקר ירחיק, אפשר גיסטו אן די אדרעס ווי דער געלט גייציגער
לינדער האבן זיין בית דין קבוע, נישט אז איך קלער אז די וועסט נישט אויפקומען מיט א שקר, נאר
פשוט פארוואס שטייט דאס נישט אויף זיין לעדער העד
למעשה מוז מען אייביג צוריק קומען צו דעם זעלבן סך הכל, און איך וואונדער מיר אסאך מאל
פארוואס עס ווערט פארזעהן פון ביידע זייטן
דער סך הכל פון וואס איך רעד איז דאס פאלגענדע
סאטמאר [מלפנים אהרונים] זאגט שטענדיג, האט שטענדיג געזאגט און וועט אי"ה ווייטער זאגן, מיר
זענען גרייט אויף יעדער סכסוך צו גיין צו סיי וועלעכע בי"ד
און ווען מען זאגט סיי וועלעכע בי"ד מיינט מען א בי"ד וואס פירט גרויסע דין תורה, מען רעדט
נישט פון משפט שלום, און נישט פון יצחק מאנדל
זאלי'ס [מלפנים בני יואל] ענטפערן אייביג אז מען דארף גיין צו "זייערע" '''''נ י י ט
ר א ל ע ''''' דיינים, צו איז עס איז וויליאמסבורג, צו איז עס ערגעץ אנדערש,
ממילא להלכה איז זייער קלאר ווען איינער איז נישט קיין ציית דינא, וועט איר מיר פרעגן וויאזוי
מען ווערט א 'לא ציית דינא' וועל יאך ענטפערן מיט דעם וואס מען זאגט, קלאר דייטליך, הויך און
שטענדיג, איך בין "נישט" גרייט צו גיין צו א געהעריגע בי"ד נאר צו מיין דיינים, און אויב דאס
הייסט נישט קיין תירוץ קען יעדער אליינס פרעגן סיי וועלעכע דיין
דעריבער, ווען איינער איז א 'לא ציית דינא' שטייט שוין קלאר אין שלחן ערוך זיין הלכה
פון די צווייטע זייט נאר אז מען ווערט אזוי הייליג, אזוי נישט פארביסן, אזוי נישט אנגעפרעסן
מיט שנאה, אזוי נישט פארדארבן די מדות דורך און דורך, אזוי נייטראל, אזוי ערליך קען מען
אנקומען צו אזא מדרגה ווי דער הייליגער מאנטריאל דיין וואס האט געשריבן הויך און קלאר מיין צד
וויל נישט גיין צו דין תורה, און יענער יא, איך וויל נישט שיקן קיין הזמנה און דאך מעג מיין
צד גיין אין קארט און דא איז די אנדערע זייט די שקצים, די זעלבע איז מיט הקדוש רח"ד כץ,
הקוה"ט רז"ל פילאף, און אזוי ווייטער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 20:26 |
|
| |
איין סאטמאר
דער בי"ד "שערי משפט" זיצט יעדן טאג אין חו"מ דיני תורה דער גרויסער אהרוני יושע גראס פון ירושלים האט איצט ביים ראב"ד הגאון המובהק רבי נתנאל לינדער שליט"א א דין תורה איבער א אלטע געלט סכסוך מיט די ארטיגע סאטמארער מוסדות.
דער לשכת הביד"צ געפונט זיך אין ביהמ"ד אהבת תורה אין קרית צאנז אין ירושלים.
דאקעגן וואספארא בי"ד זיצט ר' שלמה זאבל ר' יוסף הערש סופר ר' מאיר סימאן ר' העניך אשכנזי האבן זיי שוין גע'פסק'נט איין דין תורה שבעולם, אלס א בי"ד.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 20:20 |
|
| |
איין סאטמער
עס זיי קאסט נישט אמאל קיין פיאסטער פאר קיין לעדער העד לכאורה האבן נישט זיי האבן געטייפט אין אפגעשריבען די פסק, וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 19:42 |
|
| |
יוסף, אפשר ווייזטו מיר איין פסק פון די שלשה רועי בקר "פאר" דעם פסק.
מ' נעמט צוזאם דריי האלבע ת"ח וואס קיינער האט נאך נישט געהערט פון זיי, מ' מאכט עס א בי"ד, און זיי געבן ארויס א פסק און שלום עלי נפשי.
ניטאמאל א לשכה (ווי די פורים ב"ד) האבן זיי, זיי זיצן אין א ביהמ"ד ערגיץ אין ירושלים, באקומען א טשעק, עס קאסט זיי אפאר פיאסטער פאר לעידערהעדס און די פסק איז פארטיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 19:30 |
|
| |
מיט'ן אויפבאקן קיין נייע מעשה האסטו גארנישט גענטפערט.
קודם ברענג די מחאות קעגן "חברת קרית יואל בע"מ" פון הגאון הגדול ר' מענדל שפרן פון הגאון האדיר בעל שהלוי ובית דינו פון הגאון הגדול רבי משה יודא לייב לאנדא אב"ד בני ברק ובית דינו
שפעטער וועסטו אויפבאקן דיינע נארישקייטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 19:09 |
|
| |
יוסעלע גולם
אז דו ביזט אזוי צופרידן מיט דיינע היתרים, פארוואס לאזטו נישט קיין מנוחה פאר אלע דיינע
פעיראל רבנים וואס די זאליס רודפן זיי אז זיי זאלן מאכן נאכאמאל פורים פון זיך
א שטייגער ווי יוסעלע גולם אונזערע זיצט אויפן קאפ פון הרב זארגער שליט"א שוין איבער א וואך
מיט אלע סארט טעראר און ביזדערווייל האלט ער נישט אין ערגעץ
און דאס איז ווייל יוסעלע גולם האלט אז די בריוו פון די דריי ליידיגייער פון ירושלים איז
זייער מעכטיג אז ער דארף האבן פרישע סחורה
נישטא ווער זאל לאכן
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 18:48 |
|
| |
די אלע אויבערדערמאנטע מוצי"ם האבן געשריבן בריוו'ן אלס רבנים יחידים.
סופר למשל שרייבט נישט אז איר האט א היתר, ער שרייבט אלס "רב יחיד" אז איר דארפט נישט קיין היתר ווייל די תובעים לערכאות האבן זיך אליין רעכט צו מתיר זיין, וואס דאס מיינט אז א היתר בי"ד פון א בי"ד וואס זעצט יעדן טאג האט איר נישט.
איר האט היתרים פון צווי רועה בקר יעדער איינער באזונדער פאר זיך.
בנידון שלנו איז דא אן היתר פון צווי בתי דינים וועלכע שרייבן קלא און דייטליך אז זיי זענען מתיר צו טאן די פעולה בערכאות.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 02:02 |
|
| |
קודם כל האבן מיר שוין געוויזן די בריוו פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר ב"פ שליט"א, און הגה"צ ראה"כ חושן אבנים דקרית יואל שליט"א, וואו זיי שרייבן קלאר אז מיר האבן א געהעריגן היתר צו גיין אין געריכט. זיי זענען נאך אזוי קאמפעטענט ווי ענקערע שלשה רועי בקר.
און אז דו ווילסט דוקא קען איך דיר פארשאפן אפאר מגי"ש אין די ישיבה וואס זאלן געבן א היתר (ס'מוז זיין בכתב? בכתב קאסט פשוט מער...)
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 01:51 |
|
| |
אייער היתר פון אכט יאר שפעטער איז נאכנישט בעין עס איז נאך באהאלטן אונזער היתר פון א וואך נאכן אריינגיין איז מעיד אז מיר האבן געפרעגט פארדעם רבנים פאר מ'איז אריין אייער באהאלטענעם היתר ווייס איך נישט וואס שטייט דארטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 01:47 |
|
| |
ביי אייך האט מען אויך געשריבן דעם היתר צוויי חדשים נאכן אריינגיין אין געריכט, אפילו לשיטתכם.
ביי אונז וועט מען שרייבן דעם היתר אכט יאר נאכן אריינגיין, מה כל הרעש ?!
סוף פסוק איז, אז מיר זענען אלעמאל געווען גרייט צו גיין צו דין תורה בזבל"א, און איר האט נאר געוואלט גיין ביי אזעלכע דיינים וועלכע זענען פסול מן התורה צו פירן די דין תורה.
און עס איז נאך אלץ צום האפן אז איר וועט תשובה טאן, און זיך שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד כשר, און אזוי ברענגען דעם סכסוך לידי גמר.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 01:12 |
|
| |
קיינער דארף דיר נישט גלייבן זיי עס מפרסם, פארעפענטליך עס וועט מען דיר גלייבן אנדערש זענט איר פלענע שקרנים
|
|
|
|
|