יוסעלע גולם
הרב זאבעל, אשכנזי, האבן געפירט 10 אזויפיל דין תורות ווי הרב פריעדמאן, פילאף, וויינבעגער
האבן געפירט
פשוט און פראסט ווייל 10 מאל 0 איז אויך 0
און וויבאלד סאטמאר דארף לויט זאלי'ס דאגמע ווערן געפירט דורך דייני קהלתינו, איז נישט מער
ווי רעכט אז די דייני קהלתינו זאלן געבן די היתר
יעצט בנוגע הרב סופר שליט"א איז שוין עפעס אנדערש, ווייל ער איז פון בי"ד חשן אבנים, וואס
פירן אן צענדליגער דין תורות
און די זעלבע זאך פארקערט, הרוצה לשקר ירחיק, אפשר גיסטו אן די אדרעס ווי דער געלט גייציגער
לינדער האבן זיין בית דין קבוע, נישט אז איך קלער אז די וועסט נישט אויפקומען מיט א שקר, נאר
פשוט פארוואס שטייט דאס נישט אויף זיין לעדער העד
למעשה מוז מען אייביג צוריק קומען צו דעם זעלבן סך הכל, און איך וואונדער מיר אסאך מאל
פארוואס עס ווערט פארזעהן פון ביידע זייטן
דער סך הכל פון וואס איך רעד איז דאס פאלגענדע
סאטמאר [מלפנים אהרונים] זאגט שטענדיג, האט שטענדיג געזאגט און וועט אי"ה ווייטער זאגן, מיר
זענען גרייט אויף יעדער סכסוך צו גיין צו סיי וועלעכע בי"ד
און ווען מען זאגט סיי וועלעכע בי"ד מיינט מען א בי"ד וואס פירט גרויסע דין תורה, מען רעדט
נישט פון משפט שלום, און נישט פון יצחק מאנדל
זאלי'ס [מלפנים בני יואל] ענטפערן אייביג אז מען דארף גיין צו "זייערע" '''''נ י י ט
ר א ל ע ''''' דיינים, צו איז עס איז וויליאמסבורג, צו איז עס ערגעץ אנדערש,
ממילא להלכה איז זייער קלאר ווען איינער איז נישט קיין ציית דינא, וועט איר מיר פרעגן וויאזוי
מען ווערט א 'לא ציית דינא' וועל יאך ענטפערן מיט דעם וואס מען זאגט, קלאר דייטליך, הויך און
שטענדיג, איך בין "נישט" גרייט צו גיין צו א געהעריגע בי"ד נאר צו מיין דיינים, און אויב דאס
הייסט נישט קיין תירוץ קען יעדער אליינס פרעגן סיי וועלעכע דיין
דעריבער, ווען איינער איז א 'לא ציית דינא' שטייט שוין קלאר אין שלחן ערוך זיין הלכה
פון די צווייטע זייט נאר אז מען ווערט אזוי הייליג, אזוי נישט פארביסן, אזוי נישט אנגעפרעסן
מיט שנאה, אזוי נישט פארדארבן די מדות דורך און דורך, אזוי נייטראל, אזוי ערליך קען מען
אנקומען צו אזא מדרגה ווי דער הייליגער מאנטריאל דיין וואס האט געשריבן הויך און קלאר מיין צד
וויל נישט גיין צו דין תורה, און יענער יא, איך וויל נישט שיקן קיין הזמנה און דאך מעג מיין
צד גיין אין קארט און דא איז די אנדערע זייט די שקצים, די זעלבע איז מיט הקדוש רח"ד כץ,
הקוה"ט רז"ל פילאף, און אזוי ווייטער
 |
|
|