כאטשיג עס איז נסתרים דרכי השם, און מ'טאר נישט זאגן אז העטעך פעטעך וואלט די נעכטיגע טראגעדיע נישט געווען, אלעס איז השגחה פרטיות, אבער פאר אונז לעבן געבליבענע אויפן עולם השקר איז דא א חויב דאורייתא פון "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם".
איך האב היינט אויפגעפיקט צוויי ישיבה'שע בחורים אין די קעצקילס פאר א היטש, האב איך זיי געבעטן מיט שיינעם CAN YOU PLEASE WEAR YOUR SEAT BELTS, האבן זיי מיך פשוט איגנארירט, איך האב אפגעשטעלט מיין קאר ביי די שאלדערס אין געווארנט אויב זיי טוען נישט אן די סיט בעלטס ווארף איך זיי ארויס אויפן גאס.
עס ליגט א חויב אויפן דרייווער נישט רחמנות צו האבן קיינעם און זיכער מאכן אז מ'האט אן סיט-בעלטס.
2}נישט ספידען יעדער פארשטייט פארוואס, ווייל כמעט יעדער וואס ספיד, ווייסט ביי זיך "ניסים" וואס ער האט געהאט ביים ספידען אבער מען דארף וויסען אז נישט אלע מאל געשעט ניסים!!
נאך א זאך, די סיטי אידן זענענן ווייט נישט ציגעווינט צי די געדרייטע וועגן אין אזוי אויך דרייווען זיי זעלטען אזעלכע לאנגע שטערקעס די וואס וואנען אין אפסטעיט קימט מער אויס צי דרייוען שעות אין א צי
במילא דארפן זיי ענדערש וויסען אז, עס איז נישט קיין חכמה מען טאר נישט זאגען, אבער יעדער ווייסט אז עס איז דא עקסידענטען ווי מעשי ידי אדם זענענן געווען שילדיג קיינער זאל ח"ו נישט זאגן וועלכע, ווייל מיר פארשטייען נישט דרכי השם,אין מיר ווייסען אז אלעס איז באשערט, דער מענטש איז נאר געווען דער שליח אין מיר רעדן נישט אויף קיין מתים
אבער די טראגעדיעס דארף דינענן ווי לעקציע!! אז דרייווען איז נישט קיין קינדער שפיל!!!!!!
תוקן על ידי - kj_village - 26/07/2006 22:00:27
נשלח ב-26/7/2006 22:15
קושקע דו טיפש. ווען דו שווייגסט און פארציילסט נישט די מעשה דא אויף היידפארק וואלט איך נישט אויסגעזאגט פאר קיינעם ווער דו ביסט.
איך בין געווען איינער פון די צוויי בחורים אין דיין קאר, און פון היינט און ווייטער וואג זיך נישט מיך צו טשעפענען ווייל איך האב א וואפן קעגן דיך! געדענק כ'האב דיך געווארנט!
נשלח ב-26/7/2006 22:25
KJ, אוי ווי גערעכט די ביסט!
די מענטשן וואס ספידן איז עס א קראנקייט, זיי ווערן עדיקטעד דערצו מ'קען זיך פשוט נישט אפגעוויינען, רוב איז עס נישט ווייל מ'איילט זיך, רוב מאל ווען מ'קומט שוין אן צום פלאץ קען מען ליגן אין בעט און זיך דרייען ליידיג, ס'איז א קראנקייט, און מ'קומט נישט אן קיין סך שנעלער, אפשר 20-10 מינוט. אויב איינער איילט זיך יא, זאל ער זיך איילן ביזן קאר, ווען מ'זיצט אין קאר איז שוין צו שפעט זיך צו איילן, חוץ טאמער איינער איילט זיך זייער צום קבר.
איך רעד יעצט דער עיקר פון ספידן ווען מען הייבט אוהן דרייווען קען מען זיך אויסוועלן אויב ספיד מען שוין פון אוהנהייב איז זייער שווער זיך צוגווינען צו דרייווען אויף דער ספיד לימיט און דאס איז דער שורש עס ווערט א האבי
איך האב אמאל מיט א פאר יאר צוריק גענומען ר' נתן יוסף מייזלס ז"ל אין די קאר עס איז פונקט יענע פארטאגס געשעהן א שרעקליכע עקסעדענט (משפחת ג. אין ה. פון וויליאסבורג) האט ער מיר גזאגט ווען מען דרייוועט דארף מען האבן ס"ד און אז מען דרייוועט לויט די פארשריפטן האט מען ס"ד