| נשלח ב-27/7/2006 17:11 |
|
| |
זאל נח דיער לויפן פאר סטעיט סענאט?
נעכטן האט דער פאליטישער קאמפיין פון נח דיער געלאזט מעלדן אפיציעל אין די צייטונג אז ער גייט לויפן פאר סטעיט סענאטאר, וואס נאך די סקאנדאלן פון קעווין פארקער - פאר ווער עס ווייסט - האט ער שטארקע אויסזיכטן צו געווינען, און אפילו 'שווארצע קאמיוניטי פירער האבן אים געבעטן אז ער זאל לויפן'.
דער עיקר קלאגט ער פארשטייט זיך פארוואס די חרדי'שע אידן זענען נישט ארויס גענוג אין די מאסן צו שטימען פאר אים ביי די פאריגע פיר שפיציגע פריימערי פארמעסט.
איך פערזענליך בין שטארק דערקעגן (כאטש איך בין נישט אין זיין דיסטריקט), איך האלט אז פון א איד וועלן מיר נאר האבן צרות, ווייל ער וועט אייביג דארפן 'אויפווייזן' אז ער בעפארצוגט נישט די שווארצע איבער די אידן, און דאס וועט אים אלעמאל אויטאמאטיש שטעלן אויף די זייט פון די שווארצע.
איך האלט אז טאקע ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט ווער פארקער איז, דארף די חרדי'שע געמיינדע ארויסשטעלן און שטיצן א ערנסטן באזעסענעם שווארצן, וועלכער זאל זיין גאנץ לעבן דאנקבאר זיין פאר די חרדי'שע שטיצע, און ער זאל אלעמאל האבן דעם פראבלעם פון דארפן אויפווייזן אז ער בעפארצוגט נישט קיין שווארצע איבער אידן.
וואס איז אייער מיינונג ?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 22:55 |
|
| |
ווער עס קען די צוויי, ווייסט גוט דעם חילוק, און פרעגט דאס סיי וועלכן בארא פארקער וועט ער אייך מודה זיין
דוב הייקינד איז א איד מיט א אידיש הארץ, ער איז גרייט צו העלפן יעדן איד ווען מ'דארף א טובה. אלא מאי ער איז עקסטרעם ציוניסטיש? נו, זאל ער האלטון וואס ער האלט, דער עיקר איז אז ער איז א גוטער פארטרעטער פאר בארא פארק
ווידער דער נח דיער אלס פאליטישאן איז נויעכ מיט זיבן גרייזן
ער האט קיין טובה פאר א איד קיינמאל נישט געטון, און ווי מען האט שוין דא דערמאנט, האט ער א האבי זיך אנצונעמען אלעמאל ביי יעדע סיטואציע קעגן אידן
און ועל כולם, ווער עס קען אים פערזענליך, ווייט פון א חכם, מילד גערעדט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 20:18 |
|
| |
גענדאקען
ווען דוב הייקנד האט געזאגט אויף די ראדיא אז מען זאל מאכן ראסן פראפיילינג אויף די ארבער אין ני יארק סיטי- אפשטעלן יעדן ארבער וואס וויל גיין אויף א טרעין
איז עס נישט געווען קיין חילול השם?????
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 20:12 |
|
| |
מר. וואסע
הייקינד מאכט נישט קיין בושות פאר די יהדות החרדית, ער מעג זיין א ציוניסט, און רוב אידן וואס ער פארטרעט אין בארא פארק זענען ציונים.
מיט דיער איז דער אישו, אז ער פארטרעט נישט קיינעם, נאר זיך אליין, דוב הייקינד קעמפט פאר זיינע אינטערטאנען.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 19:32 |
|
| |
איך האלט אויך אזוי ווי אונגארישער.
מ' דארף געדענקען זיין פארראט ביי די אינסינירעיטער פרשה, און נישט לאזן ער זאל צוריק אריין קימען אין פאליטישן וועלט.
און דאס איז חוץ זיינע ציונוסטישע מיינונגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 18:48 |
|
| |
אן ארענטליכער שווארצע איז א סאך בעסער ווי א פרומע ציוניסט. ער מיט הייקינד מאכען בושות פאר די יהדות החרדית וואו אימער זיי גייען.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 18:07 |
|
| |
זיכער טאר מען אים נישט שטיצען, ער האט זיך איינמאל און נאכמאל ארויס געשטעלט אקעגן אונזערע אינטערעסן, אויף אזוי ווייט אז ער בארעכטיג דעם אומשולדיגען מארד פון "גדעון באש", זיין בלוט קאכט נאך! די שולדיגע זענען נאך נישט באשטראפעט געווארען.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 17:20 |
|
| |
??Should we forgive him for voting to build a garbage incinerator in williamsburg
|
|
|
|
|