| נשלח ב-31/7/2006 20:54 |
|
| |
נייעס פון בני ברק
אפשר קען איינער שרייבען מער פינקטליכער דא וואס עס איז היינט פארגעקימען אין בני ברק ?
זיי שרייבען אז, זיי האבן באקימען א גאנצע טי.ער.או. אויף די מוסדות, דהיינו, ר' משה חיים קען מער נישט שרייבען קיין טשעק'ס, ער קען מער נישט איינקעסירען קיין רענט, ער האט נישט קיין שום אנערקענטע בעלות אויף די מוסדות. לויט מיין אינפארמאציע איז עס שקר וכזב, הוילע בלאף,
די ריכטער האט געגעבען א צייטווייליגע "סטעי" אויף די חלק וואס מ'האלט יעצט אינמיטען בויען, אז ר' משה חיים טאר ביזדערווייל נישט בויען ווייטער דעם בנין, [אזוי ווי עס איז געווען ערווארטעט] ווילאנג עס וועט נישט נתברר וערן ווער עס איז די ריכטיגע בעה"ב,
עטליכע זאכען זענען מיר אבער נישט קלאר, ווי די האלבע מיליאן שקלים וואס די זיי דארפען איינלייגען וכדו'
אויב איינער האט מער דיטעלס, שרייבען ביטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2006 22:08 |
|
| |
יוסף90, פארקויפט אויף היידפארק אז משה חיים ווייס איז יעצט אויס מנהל אין בני ברק.
אפשר קען מיר איינער זאגן פון וועלכע קארפארעישאן רעדט מען:
פון מרכז המוסדות
אדער
פון שיכון קרית יואל.
ולהוי ידוע, דער ריכטער האט געגעבן א STAY נאר אויף שיכון קרית יואל. אויף די קארפ. וואס האט
נאר איין בילידנג אימיטן בויען.
אויף די קארפארעישאן מרכז המוסדות וואס ווערט געפירט דורך ר' משה חיים ווייס, האט ער גארנישט
געגעבן קיין STAY.
יוסף90 וועט נישט רעדן פון מרכז המוסדות
יוסף90 וועט נישט רעדן פון די האלב מיליאן שקלים וואס זיי האבן געמוזט איינלייגן
אפשר ווייסט איר פארוואס ער וויל פון דעם נישט רעדן?
תוקן על ידי - כל_העולם - 01/08/2006 16:48:24
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2006 22:28 |
|
| |
קודם עטליכע פאקטן
עס איז דא צוויי קארפארעישאן [מינימום צוויי] איינס הייסט 'שיכון קרית יואל בע"מ, און איינס
הייסט מרכז מוסדות סאטמאר בני ברק
איך בין נישט זיכער וועלעכע קארפארעישאן איז פונקטליך בעה"ב אויף וואס, אבער דאס איז קלאר, אז
דער עיקר דיון למיטב ידיעתי איז איבער די קארפארעישאן 'שיכון קרית יואל' נישט איבער די
קארפארעישאן 'מרכז מוסדות'
און די הויכפונקט פון די סכסוך לעת עתה איז דאס בויען דירות אויף א שטח וואס געהערט פאר
'שיכון קרית יואל'
די מעשה איז אז עס איז פארפלאנטערט, דאס הייסט אז די הייליגע זאלי'ס זאגן אז מרכת מוסדות איז
אונטער די סמכות פון שיכון קרית יואל, און רבי משה חיים זאגט פארקערט
די פראגע איז איצט וואס גייט ווייטער, גייט מען פארשן ווער איז 'שיכון קרית יואל'' דערביי
באהאנדלן עזריאל גליק און שמעון ווייס
אויך די שקרים פון ירמי' טייטלבוים
בקיצור לכאורה וועלן עטליכע בני ברק אינגעלייט נישט קענען האבן קיין דירות, א דאנק, דער
גוטהארציגער, ערליכער תלמיד חכם, נואם המדות, """"ר"""" זלמן לייב טייטלבוים
די בעסטע חלק דערפון איז אז הרב י.ט. ווייס, ער איז ברוך השם רואיג ער ווייסט פון גארנישט, ער
האט קיין השגה וואס דארט קומט פאר, בכללאיז עס צו וויייט פאר אים זיך אריינצומישן,
מיר וואונדערט נאר אז עס איז משמע אז ער קען נאך זיין ערגער , והא ראי' משיח איז נאך נישט
געקומען, זעהט אויס אז מיר זענען נאך נישט כולו חייב
פני הדור...
תוקן על ידי - כל_העולם - 01/08/2006 16:50:57
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2006 22:52 |
|
| |
איין סאטמאר
די ערגעסטע איז נאך... אז דער ציוניסטישער שופט שרייבט:
"כ"ק אדמור זלמן לייב ט"ב שליטא ממלא מקומו"
אלזא די נוי יארק פאסט מיט די בגץ האלטן אז (אוי כ'האב פארגעסן) "ר" זלמן איז ממלא מקום
שיין דערלעבט
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2006 22:57 |
|
| |
ביסט גערעכט, אבער דאס איז נישט די אישוי דא
|
|
|
|
|