בית פורומים כל העולם כולו

משה פרידמאן פארפעסטיגט זיך אין סיגוט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/8/2006 06:09 לינק ישיר 
משה פרידמאן פארפעסטיגט זיך אין סיגוט

סאטמארע חסידים קענען רואיגער אפאטעמען צו הערן אז משה פרידמאן האט פעסט געווינען די פייט ווער ס'זאל זיין דער משב"ח (משמש בחול) ביים סיגוטער, און ער וועט זיצן אויף זיין קאפ לעולמי עד, לייגנדיג אים דארט וואו ער האט געלייגט זיין טאטן. יעצט מעלדט עקשטיין, איינער פון משה פרידמאןס נאנטסטע מענטשן, אין ח.א.ס. אז דער סיגוטער  האט אויפגענומען יואלי גאלד, אויך א אלטער לאנגיאריגער משה פרידמאן אגענט, וואס האט אסאך מאל זיך אפן געפייט מיט רז"ל, ווי למשל ווען ער האט אים אנגעשייגעצט פארן רעדן קעגן כל העולם כולו (וואס היינט האט שוין די סיגוטער אליינס א העולם וואו ער מיט יעקב בער גייען דורך יעדע וואך אלע פיקטשערס פון אלע ציוניסטישע רבי'ס), און יעצט האט משה פרידמאן געצווינגען דעם סיגוטער אז ער זאל אים אויפנעמען אויף דאס אויפבויען די נייע קווינס בתוך העיר ישיבה. דאס מיינט צו זאגן, אז אפילו ס'איז געווען א גאנצע ועד וואס האט זיך ממש צוריסן די לעצטע פאר יאר צו אויפבויען די נייע ישיבה, אבער ווייל יענע מענטשן זענען געווען -אזויווי רוב סיגוטער זאליס- פון שמואל קאמפאט'ס קאמפעני און קעגן משה פרידמאן, האט משה פרידמאן געהייסן דעם סיגוטער זיי באזייטיגן און אויפגענומען שטאטס דעם זיינס א מענטש, יואלי גאלד, אפילו ער איז א יונגער ראצער און קוים חתונה געהאט, און האט נישט קיין טראפ עקספיריענס נישט אין בויען און נישט אין פאנדרעיזינג! דאס איז שוין די ערשטע סימפטאם ווי שטארק משה פרידמאן האט דעם סיגוטער אין טאש, און וואו ער וועט אים אי"ה טראגן!!!!!!!!!

<ביטע שרייב א טיטעל ר' ביי יעדער רב, אן אויסנאם>
תוקן על ידי - wassa_dif - 01/08/2006 14:45:11



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2006 07:10 לינק ישיר 

דאס שרייבט מען אין חדשות אנ"ש סיגוט

דעם מענטש האט דער רבי שליט"א אויסגעוועלט צו שטיין אין הויפט פין די ביטער שווערע ארבעט און דער רבי שליט"א רעדט מיט עם צים ווייניגסטענס 3 מאל א טאג. דער רבי מוז וויסן יעדע פרט. אויב איז דא א פראבלעם נעמט דער רבי די טעלעפאן אין קאלט די מענטשן. דער רבי מיט ר' יואל ארבעטן ציזאמען אין מען קען זאגען אויף זיכער אז זייער ארבעט גייט נישט לטמיון. די ישיבה גייט זיין פארטיג אויף די זמן!!!

ע"כ

ווער עס קען נאר דעם יואי גאלד פון אלץ קליין אינגל וואס איך אליינס האב נישט זוכה געווען אים צו קענען דורך און דורך אבער עפעס האב איך יא זוכה געווען צי אנטדעקען פון קעמפ ווי א גרויסע צדיק ער איז,  קען איך זאגן בפה מלא

ענבי הגפן בענבי הגפן......

א גיטע שידוך ,,  רז"ל איז נישט גארנישט מער ווערט ווי יואלי גאלד



<ביטע שרייב א טיטעל ר' ביי יעדער רב, אן אויסנאם>

תוקן על ידי - wassa_dif - 01/08/2006 14:45:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > משה פרידמאן פארפעסטיגט זיך אין סיגוט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext