ב' ואתחנן תשס"ו - ברכות פ"ב מהו"ז
מיר איז שווער א אינטערסאנטע קשיא.
פארוואס האט רבן גמליאל נישט געזאגט לכתחילה פאר די תלמידים בשעת'ן לערנען די הלכות אז ס'איז
דא א אויסנאם ביי די הלכות? מילא ביי די ערשטע הלכה פון קר"ש ביי א חתן קען זיין אז נאר אזא
גדול ווי רבן גמליאל האט עס געמעגט טון, אויך ביי די קנעכט וואלט איך געזאגט אז אזא קנעכט ווי
טבי איז ממש נישטא און ער האט נישט געדארפט זאגן, אבער פארוואס האט ער זיי נישט געזאגט אז א
איסטניס מעג זיך וואשן אפילו ביי א אבל?
און אויב איז עס אזא פשוט'ע זאך אז מ'דארף עס נישט זאגן, פארוואס האבן עס די תלמידים נישט
אליינס פארשטאנען?
קען זיין אז מ'טאר נישט סתם אזוי ארויסגעבן די הלכה פון איסטניס, ווייל דעמאלטס וועט יעדער
איינער קומען אלעמאל שרייען אז ער איז א איסטניס? אפשר ווייסט איינער אויב ס'איז דא היינט א
מציאות אז מ'איז מקיל פאר עמיצן אלס איסטניס?
|
|