בית פורומים כל העולם כולו

פלענער פון ימים נוראים תשס"ז אי"ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/8/2006 03:00 לינק ישיר 

די שאלה איז נישט איבער די חסידים וואס רייסן זיך

דער פראבלעם איז ווייל אייער רבי אליין ווייסט נישט ווי ער גייט דאווענען

וואוינען וואוינט ער מכלומר'שט אין וומ"ס און דאווענען דאווענט ער אין קר"י.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2006 03:06 לינק ישיר 

יוסף90 קענסט קימען מיט וועליכע ניק די ווילסט אין שרייבן וואס די ווילסט אבער די פאקט וואס איך האב געשריבן אין פאריגע תגובה בלייבט פאקט

יא פעשי/יוסף90 די ווייסט נישט וואס פאר א גיטע פוינט די האסט ארויסגעברענגט דא נאך סאטמארע רבי שליט"א רייסן זיך טויזענטער וומס"ב אידן זיי ווילן ער זאל דארט זיין אין טויזענטער קרית יואל'ע אידן זיי ווילן ער זאל דארט זיין אבער פעשי ביי רז"ל אפילו די וומס"ב גייט נישט אן ווי רז"ל איז די יו"ט די פאר סיגעטע וואס ער האט מיינען נישט עם זיי האבן נאר פיינט סאטמארע רבי שליט"א אזוי ווי זיי האבן פיינט געהאט זיין טאטע אבער ס'זאל זיי אנגיין ווי רז"ל איז א יו"ט קיינמאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2006 20:42 לינק ישיר 

היינט מיטוואך פ' ואתחנן

איז די פלענער געבליבן אזוי ווי געמאלדן נעכטן (ס'וועט מן הסתם בלייבן אזוי)

א' סליחות,ראש השנה, שמחות תורה, וועט אי"ה זיין אין וומס"ב

יו"כ, סוכת, אי"ה אין קרית יואל

וואס זאגט דער עולם צו דעם פלאן?

כרטיס אישי




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2006 21:26 לינק ישיר 

לויט מיין אינפארמעישאן גייט סיי ר"ה און סיי יו"כ זיין אין וויליאמסבורג אי"ה. מ'דארף זיך שוין אנגרייטן די דירות אויף תשרי, אזויווי אמאל אין די גוטע צייטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2006 00:56 לינק ישיר 

איך האב שוין איינמאל געשריבן וועגן די נושא, און איך וועל עס ווידער ערווענען.

איך האלט אז דער רבי דארף צו זיין דארט ווי סיז די מערסטע באקוועם פאר איהם, דארט ווי ער קען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש מיט די גרעסטע מנוחת הנפש און מיט די ווייניגסטע מניעות און פראבלעמען, און דאס איז אויך די בעסטע טובה פאר אונז חסידים אז ער קען משפיע זיין מהודו מיט מער ראויגקייט. לעת עתה, איז דאס קרית יואל, קיין ספק, דארט איז ער צוגעוואוינט, מ'האט דארט אלע אקאמעדעישנס. און למעשה וואוינען דארט א גרויסע פראצענט סאטמארע חסידים, סיז נישט  ערגעץ אין די הררי אררט. 

אין וויליאמסבורג, האמיר נישט קיין פראקטישע און באקוועמע פלאץ ווי צו זיין, די אלע פריוויזארישע פלעצער, אפי' עס זאל זיין א געבויטע בנין וועט עס פארט זיין פריפיזאריש און פאצעריש, וואס איז נישט געאייגענט פאר די הייליגע טעג, עכ"פ קיין שום פלאץ קומט נישט צו צי די ביהמ"ד אין קרית יואל.

פאר די וואס האבן מורא, מה יאמרו הבריות, אז די גאס וועט זאגן אז רז"ל איז סאטמאר רבי ווייל ער איז אין וומ"ס, וויל איך אייך זאגן מיינע חברים, אז דאס איז נאריש און טיפשות'דיג, קודם ווער עס האט בכלל אזעלעכע דאגות, באלאנגט אינעם אנדערן לאגער, דארט איז אלעס איבער פי.אר און איבער וואס די גאס זאגט, ביי אונז אונזער איינציגע אישו אונזער רבי, אונז זיך קענען מתחמם זיין לאורו הגדול, ותו לא.

שנית, די מציאות איז אז מ'גיימיר אי"ה סיי ווי האבן אלע באקוועמליכקייטן אין וומ"ס, ביהמ"ד, מוסדות אין וומ"ס, פונקט ווי אין קרית יואל, און פונקט ווי רז"ל אין וומ"ס, דאס איז אן אומפארמיידבארע זאך, נאר וואס דען, נאר נישט שוין יעצט, ליידער איז געלונגען פאר רז"ל צו צי'גנב'ענען פון אונז אונזערע נכסים, וואס אויב גלייבט ער אין שכר ועונש, בין איך ווייניג מקנא זיין עולם הבא, וואס ווי ספרי מוסר שרייבן אז א מענטש דארף מגולגל ווערן נאכאמאל אין נאכאמאל, ביז ווילאנג ער באצאלט יעדע פרוטה וואס ער איז שולדיג. עס איז א גזירה מן השמים, און מיר וועלן דארפן א ביסעלע אינוועסטירן און ציווארטן ביז אלעס ווערט געשטעלט על מכונו, מ'וועט אלעס אי"ה האבן, מ'האט שוין ב"ה צאמגעקויפט בנינים, נאר נישט אויף תשס"ז. סיז נאריש זיך צו צירייסן יעצט, ווען אינעם גאר נונטן צוקנופט וועט סיי ווי אלעס זיין מסודר, ספעציעל יעצט ווען מ'דארף ענדערש זיך קאנצעטרירן אויף די נייע מוסדות אין די נייע פערמענאנטע בית המדרש הגדול.

גלייבטס מיר בנאמנות אז מ'גייט גארנישט פארלירן אין די קורצע צייט ביז מ'סעטלט זיך אין וומ"ס. זייטס ענק מצייר, עס איז יעצט תשס"ט, מ'האמיר שוין אלעס, א ביהמ"ד שענער אין גרעסער פון ראדני, מוסדות גרעסער ווי רז"ל, קעמפ, מקוה, אלעס, דער רבי וואוינט אין וומ"ס אזוי ווי די רבי ז"ל פלעגט. וועט איינער דען געדענקען אדער וועל מיר האבן א ברעקל ווייניגער ווייל דער רבי האט די ערשטע יאר פון זיין אדמו"רת נאך געוואוינט און געדאווענט אין קרית יואל? וואס יא, רז"ל וועט ווייטער בלייבן מיט זיין פעקל פון א האלב ביליאן דאלאר גניבה וואס אפי יו"כ איז נישט מכפר.

יא איך פארשטיי זייער גוט אז סיז דא שטארקע לעגיטימע סיבות פארוואס עס איז יא מער פראקטיש צו זיין אין וומ"ס, ווייל למעשה זענען רוב סאטמארע חסידים אין וומ"ס, און סיז זייערע שווער פאר א משפחה צו ארויספארן אויף די הייליגע טעג, אבער מיט דעם אלעם איז קרית יואל פארט נישט קיין הררי אררט, און עס איז נאר אויף לעת עתה, ווילאנג מ'שטעלט צו די פרישע בנינים.

די וומ"ס אידן האבן אלס געהאט דעם רבי'ן, און זיי וועלן האבן אי"ה און די קומענדיגע יארן, נאר נישט היי יאר.

איך האלט אבער יא, אז די איינע שמחות תורה איז יא פראקטיש אז דער רבי זאל אריין קומען, פשוט ווייל עס קומען זייער אסאך געסט, און מ'דארף נישט פארקויפן קיין זיצן, ווייל מ'טאנצט, און דער רבי איז שוין געוואוינט דערצו פון אלע יארן צו זיין אין וומ"ס שמחת תורה.

דאס איז מיין עניית דעתי. תוקן על ידי - מקוה_איד - 09/08/2006 1:00:09



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/8/2006 01:25 לינק ישיר 

מקוה אז די האסט ארויף געברענגט די אלטע אשכול וויל איך שרייבן אז די פלענער האבן זיך יא צים סויף געטוישט ס'הייסט יעצט אז די רבי וועט זיין אי"ה ר"ה יו"כ אין קרית יואל

ס'קען זיך נאך טוישן אבער ס'זהעט שוין נישט אויס פאריגעס מאל האב איך אויך געהאלטן ס'וועט זיך נישט טוישן אבער ס'האט זיך יא געטוישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פלענער פון ימים נוראים תשס"ז אי"ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.