בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אומבאשרייבליך: דיפלאמאט טרעפט שושנת צום 1טן מאל זינט 2טע וועלט'ס קריג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/8/2006 08:07 לינק ישיר 
אומבאשרייבליך: דיפלאמאט טרעפט שושנת צום 1טן מאל זינט 2טע וועלט'ס קריג

די גנויע איינצלהייטן פון דעם היסטארישן באגעגעניש צווישן מיר [שושנת_יעקב] און אונזער אלעמען באליבטן וויצע-מנהל-פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, הער 'דיפלאמאט' ירום הודו, צום ערשטן מאל זינט מיר זענען ביידע באזונדער, און יעדער פון אונז אויף אן אנדערען וועג, ניצול געווארן פון די גרויזאמע נעגל פון די שווארצע בער על מרומי הרי ההימאלייע מיט א קנאפע 48 יאהר צוריק, איז שווער, זייער שווער, ביטער שווער, כמעט אוממעגליך, אראפ צולייגן מיט אללע איינצעלהייטן, אזוי ווי עס העט וועהן געפאסט, אויפ'ן טרוקענעם סקרין, מיט קאלטע פלאסטישע קנעפלעך פון'ם קי באורד, בשעת ווען די רויעך פון'ם ציגארעטל בוזשעוועט פון רעכט'ס, און דער ערשטער בשותפות'דיגער אור-אייניקעל אונזערער קוויטשעט מיט פאטאס פון לינקס. ניין. ס'איז איבערהויפט נישט מעגליך.

אבער ס'ווייסט דאך יעדער איינער, און בפרט די רעשטלעך איבער געבליבענע פון'ם ערשטען גאלף קריג געליטענע, אז ההכרח לא יגונה, און מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן, וואס מ'טוט נישט מיט'ן קאפ, מאכט מען צום סוף מיט די פוס. האב איך געטראכט אזוי צו מיר בין גברא לגברא, צווישן די שטילע שמונה עשרה און די טונקעלע שאלעשידעס, און צווישן נארט-קארעא און סאוט-קאראליינע, אז לא עת לחשות, ס'איז שווערע צייטן, וואלקענעס פון אומקלארהייט און א נעפל פון אומזיכערהייט פארפוסטעוון און פארוויסטן דעם האריזאנט פון'ם גאנצן גריכישן האלב אינזל אין מיטללענדישן ים, ואם לא עכשיו אימתי??? ווער ווייסט צו די איינמאליגע געלעגנהייט, פון איבער געבן א טיילווייז לייף ריפארט פון אזא היסטארישע באגעגעניש פון א וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן מיט א פשוט'ע בירגער פון די האלב כמעט שיעור צעטיילטע קאנאדע וועט נאך א מאל אפיר קומען???

אזוי טראכטענדיג, זייענדיג פארזונקן אין אונזערע טיפזיניגע געדאנקען, זענען מיר ביידע אויפגעשפרינגן פון פלאץ מיט די בליציגע געדאנק, אז קודם אלץ התחלה פון'ם היסטארישן באריכט, וועט מען נישט אריין גיין אין די פרטים, און א ודאי נישט אין די פרטי פרטים, און ווער רעדט נאך פון נאך ווייטער, ניין. אבסולוטלי ניין.

צוערשט, וועלן מיר בלויז איבער געבן פאר'ן חשוב'ן ציבור מבקשי תורה וחסידות, דעם טרוקענעם אבער אומגלויבליך'ן פאקט:

'דיפלאמאט' מיט 'שושנת_יעקב' האבן זיך געטראפן אין מאנטריאל צום ערשטן מאל זינט זיי זענען אראפ געקומען פון אויבן באלייכטן די פינסטערניש פון גלות בעקבתא דמשיחא!!! פאלגט נאך די קומענדיגע מודעות, פרטים יבואו!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2006 02:19 לינק ישיר 

עס איז מיר שווער זיך צו קאנצענטרירן און באשרייבן די שיינע נסיעה וואס פאר זיך איז עס געווען הערליך און געשמאק וואס דער הויכפונקט איז געווען ווען מיר האבן זיך באגעגנט און פארהאנדלט מיטן געוואלדיגען ידען און שריפטשטעלער הרב שושנת יעקב שליט"א וואס איז ברוך ה' אריבער העכער אלע ערווארטונגען.

שושנת איז מיר שוין אן אלטער פריינט נאך פון גוגל, אבער עס איז נישט א געווענליכער ערשיינונג זיך צו טרעפן אזוי שנעל נאכן פארברענגען אין גוגל, אבער דא איז געווען א באזונדערע פרשה וואס איך קען נישט און האב נישט די כשרונות עס אראפצולייגן ווי עס ברויך, דעריבער וועל איך עס לאזן פאר אונזער קאלעגע מר שושנת יעקב אליינס, וואס וועט אן קיינע שוועריגקייטן עס איבערגעבן ווי עס ברויך און פאסט פאר אזא געהויבענעם באגעגעניש.

איך וועל נאר איבערגעבן א הארציגן יישר כוח פאר אלע וואס האבן מיר ארויסגעהאלפן אין טרעפן א שיין און גוט פלאץ זיך אפצושטעלן אויפן וועג. עס איז מיר גוט צונוץ געקומען ובפרט פאר דער וואס האט מיר געגעבן דעם לינק:

http://www.ausablechasm.com/

ווי איך האב זיך אפגעשטעלן אויפן וועג צוריק און זייער הנאה געהאט.




אצינד וועל איך זיך בלויז אפשטעלן אויף א מאדנע ערשיינונג וואס איך האב אנגעשטויסן ווען איך האב אפגעשטאט א באזוך אין הייליגן טאהש'ן שטעטל (ווי זיי רופן עס: טאהש קודש).

מחלוקת איז א זאך וואס איז ליידער מיט אונז מיטגעגאנגען אינעם גאנצן לאנגען גלות, ובפרט ביי די רעבע'ס איז דאס זייער שכיח ווען יעדער מיינט בלויז כבוד שמים און זענען דעריבער אפט גרייט אפצו'שחט'ן דעם אייגענעם ברודער כדי צוזאמצוהאלטן א קהילה קדושה בישראל. אין טאש איז עס אבער זייער מאדנע און שרעקליך אויפפאלנד ווען דארט האט מען געוואוסט אז עס וועט קיין געשלעגן נישט זיין ווייל עס איז דאך דא בלויז איין זון וואס פארנעמט דעם אמט פון 'רב בכל הקהילות הקדושות' איז גאר אינטערעסאנט ווי דער שטן איז אויך דארט אריינגעקראכן מיט זיינע בארבארישע וועגן, און עס טומלט זיך דארט אין גרויסן, כאטש די פארהעלטניסמעסיגער קליינע קהילה וואס האט אין דרייסיג יאר קוים באוויזן צו דערגרייכן א מספר מצומצם פון א קנאפע עטליכע הונדערט תושבים. אבער אויך דארט איז דער מחלוקת ווינט אנגעקומען, און א נארמאלע מענטש קען דאס אפי' נישט פארשטיין אויף וואס מען קריגט זיך בכלל.

ווער געדענקט דען נישט מיט עטליכע יאר צוריק ווען אין טאהש איז מען געגאנגען אויף גאלד און די מאראסט איז געווען ווערד שווערע געלטער, און ווי האלט דער מצב דארט? די מלמדים איז מען שוין שולדיג עטליכע חדשים געהאלט, אזש עס איז געווען א שאלה אויב די מלמדים זענען מחויב צו לערנען די קינדער אומזיסט אפי' מען צאלט זיי נישט.

עס איז דא דארט א טייערער איד ר' ישראל בנימין לאווען ני"ו, א איד וואס האט געבויט טאהש און צוזאמען מיט אחים ניימאן האבן זיי רייך געמאכט דעם שטעטל און איין באשעפער ווייסט פארוואס מען וויל זיי פון דארט פארטרייבן.

איך מיין שוין גענוג פאר היינט, און יעצט ברויך איך זיך נעמען צו די ארבעט וואס איך האב פארפעלט.


(בלתי מוגה - מיין זייגער האט מיך נישט איבער געלאזט קיין צייט עס צו פאררעכטן ).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2006 21:05 לינק ישיר 

WOW איך בין סורפרייסד, מיין קאלעגע האט מיר פארציילט אז ער האט בדעה זיך צו טרעפן מיט דעם באאכטן שושנת יעקב הידוע, איך האב אמת'דיג הנאה פון די אנטוויקלונג, יהא בואו לברכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אומבאשרייבליך: דיפלאמאט טרעפט שושנת צום 1טן מאל זינט 2טע וועלט'ס קריג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext