אומבאשרייבליך: דיפלאמאט טרעפט שושנת צום 1טן מאל זינט 2טע וועלט'ס קריג
די גנויע איינצלהייטן פון דעם היסטארישן באגעגעניש צווישן מיר [שושנת_יעקב] און אונזער אלעמען באליבטן וויצע-מנהל-פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, הער 'דיפלאמאט' ירום הודו, צום ערשטן מאל זינט מיר זענען ביידע באזונדער, און יעדער פון אונז אויף אן אנדערען וועג, ניצול געווארן פון די גרויזאמע נעגל פון די שווארצע בער על מרומי הרי ההימאלייע מיט א קנאפע 48 יאהר צוריק, איז שווער, זייער שווער, ביטער שווער, כמעט אוממעגליך, אראפ צולייגן מיט אללע איינצעלהייטן, אזוי ווי עס העט וועהן געפאסט, אויפ'ן טרוקענעם סקרין, מיט קאלטע פלאסטישע קנעפלעך פון'ם קי באורד, בשעת ווען די רויעך פון'ם ציגארעטל בוזשעוועט פון רעכט'ס, און דער ערשטער בשותפות'דיגער אור-אייניקעל אונזערער קוויטשעט מיט פאטאס פון לינקס. ניין. ס'איז איבערהויפט נישט מעגליך.
אבער ס'ווייסט דאך יעדער איינער, און בפרט די רעשטלעך איבער געבליבענע פון'ם ערשטען גאלף קריג געליטענע, אז ההכרח לא יגונה, און מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן, וואס מ'טוט נישט מיט'ן קאפ, מאכט מען צום סוף מיט די פוס. האב איך געטראכט אזוי צו מיר בין גברא לגברא, צווישן די שטילע שמונה עשרה און די טונקעלע שאלעשידעס, און צווישן נארט-קארעא און סאוט-קאראליינע, אז לא עת לחשות, ס'איז שווערע צייטן, וואלקענעס פון אומקלארהייט און א נעפל פון אומזיכערהייט פארפוסטעוון און פארוויסטן דעם האריזאנט פון'ם גאנצן גריכישן האלב אינזל אין מיטללענדישן ים, ואם לא עכשיו אימתי??? ווער ווייסט צו די איינמאליגע געלעגנהייט, פון איבער געבן א טיילווייז לייף ריפארט פון אזא היסטארישע באגעגעניש פון א וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן מיט א פשוט'ע בירגער פון די האלב כמעט שיעור צעטיילטע קאנאדע וועט נאך א מאל אפיר קומען???
אזוי טראכטענדיג, זייענדיג פארזונקן אין אונזערע טיפזיניגע געדאנקען, זענען מיר ביידע אויפגעשפרינגן פון פלאץ מיט די בליציגע געדאנק, אז קודם אלץ התחלה פון'ם היסטארישן באריכט, וועט מען נישט אריין גיין אין די פרטים, און א ודאי נישט אין די פרטי פרטים, און ווער רעדט נאך פון נאך ווייטער, ניין. אבסולוטלי ניין.
צוערשט, וועלן מיר בלויז איבער געבן פאר'ן חשוב'ן ציבור מבקשי תורה וחסידות, דעם טרוקענעם אבער אומגלויבליך'ן פאקט:
'דיפלאמאט' מיט 'שושנת_יעקב' האבן זיך געטראפן אין מאנטריאל צום ערשטן מאל זינט זיי זענען אראפ געקומען פון אויבן באלייכטן די פינסטערניש פון גלות בעקבתא דמשיחא!!! פאלגט נאך די קומענדיגע מודעות, פרטים יבואו!!!
 |
|
|