בית פורומים כל העולם כולו

MOLLEN: ריכטער שעק דעסטרויען ארונים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/8/2006 20:35 לינק ישיר 
MOLLEN: ריכטער שעק דעסטרויען ארונים

SCOTT MOLLEN
דער לאיער פון די זאליס האט נעכטן געזאגט ביי א מיטינג פאר זיינע קלייענטס, אז ריכטער ARTHER SCHACK גייט דעם קומענדיגן פרייטאג, AUG 4, מאכן א שחיטה איבער די ארוינם.

ריכטער SCHACK גייט זיך אריינמישן אין די בית החיים קעיס, און גייט געבן קלעריפיקעישאן אויף די אפעלאט רולינג אז יאנקעל כהנא איז פרעזידענט און אז בערל פרידמאן איז אומלעגאל.

ווי סקאט מאלען זאגט וועט ריכטער שעק געבן פאר די זאליס וואס ריכטער באראש און די אפעלאט קאורט האט נישט געגעבן.





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2006 21:01 לינק ישיר 

די האסט געמאכט א שרעקליכע איבערקערניש אין זאלי פארום צוויי אשכול'ס זענען שוין געפענט געווארן צו לייקענען דיין אשכול עקשטיין וואס איז אגנצע טאג ביזי מיט זיינע אלע ניק'ס אין זיין אשכול וויפיל געלט סאטמאר מאכט פין באסעס האט געמיזט אוועק גיין פאר א פאר מניט פין יענע אשכול צי לייקענען דיין אשכול

מאנכע זאגן זיי זענען געגאנגן אויף וועקן זאלידואן..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2006 21:25 לינק ישיר 

וואס איז געשען, וועלכע קעיס איז דא ביי שעק? כ'האב געמיינט אז מ'האט שוין געסטאפט די ביהמ"ד קעיס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2006 22:35 לינק ישיר 

דער "יושר'דיגע" ריכטער ארטור שעק איז נעבעך אריינגעפאלן צווישן א 'ראק ענד עי הארד פלעיס' ער האט צוויי מאושענס פאר זיך איינס: א מאושן צו קאנסאלידעיטען [צוזאם שטעלן] די צויי קלעס עקשאן'ס, איינס, שלום אליעזר פרענקל [וואס ווערט גערופן קינגס קאונטי קלעס עקשאן] וואס איז אנגעהויבן געווארן אין 2002, אבער קיינמאל נישט געווארן געהעריג געפיילט [פערפעקטעד] די צווייטע איז די נייעס קלעס עקשאן [אראנדזש קאונטי קלעס עקשאן] אריינגעגעבן געווארן דורך ר' משה שעהר, ר' דוד עקשטיין, ר' אלישע הורוויץ וואס איז אריינגעגעבן געווארן געווארן יוני 2 2006 [ערב שבועות העעל"ט] די סיבה פאר די 'מאושען טו קאנסאלידעט' איז פשוט, ווייל אז מען שטעלט צוזאם צוויי קעיסעס, גייט עס ווי די ערשטע קעיס איז געווען, ממילא האבן זיי געוואלט מחי' מתים זיין די אלטע 2002 קלעס עקשאן, און דערמיט אריינשלעפן די נייע קלעס עקשאן אויך קיין ברוקלין................ צווייטע קלאגע: מאושן 'טו טשעינדזש וועניו', וואס מיינט טוישן די קעיס פון איין פלאץ צו אנדערן, אין אונזער פאל טוישן די נייע קלעס עקשאן פון אראנדזש צו קינגס קאונטי אין אנדערע ווערטער, צוויי מאל אריינשלעפן די אראנדזש קאונטי קלעס עקשאן אין קינגס קאונטי, איינמאל דורך פרובירן צו קאנסאלידעיטן און איינמאל דורך א מאושן טו טשעינזש וועניו ע"כ וואס די זאליס האבן געוואלט די דעיט פאר די טשעינדזש אוו וועניו איז געווען לכתחלה אויף אויגוסט 4, אבער די מאושן צו קאנסאלידעיטן איז געווען - דאכט זיך - יוני 22, דאס הייסט צווישן די אראל ארגומענט, און די דעסיזשאן, דעריבער האבן די סאטמארע לויערס געבעבן דעם קלוירן פון שעק, עס אפצושטיפן ביז נאכן פסק, און אויב מעגליך אויף אויגוסט 4 למעשה, האבן די סאטמארע לויערס ארויסגעצויגן די קלעס עקשאן פון אראנדזש קאונטי, און טראץ וואס די זאלי לויער האבן געשיקט א בריוו פאר ריכטער אוען אז "זיי" ווילן אנהאלטן די קעיס אין אראנדזש קאונטי [ווי איך וועל ווייטער שריייבן] דאך האט דער ריכטער פארשפארט [דיפאזט] דעם קעיס דעריבער אין ליכט פון דעם, האט דער נארמאלער יושר'דיגער ריכטער שעק די ברירות פאר זיך, ווי פאלגענד ""צוזאם שטעלן די פארשפארטע אראנדזש קאונטי קעיס, מיט די טויטע קינגס קאונטי קעיס""" ""אריבער פירן די פארשפארט אראנדזש קאונטי קעיס, פון אראנדזש קיין קינגס קאונטי"" ווער עס קען אביסל דעם סיסטעם, ווייסט אז אויב איז ער טאקע אביסל נארמאל האט ער נישט וואס צו טאן גארנישט, טאקע ווייל ער האט גארנישט און פארדעם קלער איז כמעט אויף זיכער, אז די סאטמאר לויערס וועלן ניטאמאל פילן פאר וויכטיג צו קומען אין קאורט זעהן ווי די קעיס ווערט אפיציעל "נאכאמאל" טויט [דיפאזט] אויך אין ברוקלין איך קלער אבער אויך, אז די זאלי לויערס וועלן פרובירן צו פארקאכן עפעס א קאשע, צו דורך די אלטע מאושן''ס צו דורך נייעס, ווצב"ש דאס פריש איבערשרייבן דעם ביה"ח, צו אנדערע מאושענס אבער אויך די זאליס ווייסן, אז טראץ וואס ריכטער שעק איז 'ארענטליך', יושר'דיג, און 'ערליך' דאך איז זייער שווער דא עפעס צו מאכן, דעריבער שרייבן זיי שוין אז עס גייט גארנישט זיין ווייל אויב זיי וואלט גארנישט געפלאנט צו טאן, קענען ווען זיי שרייבן, אז עס איז נישטא קיין קעיס, פשוט, ווייל במציאות איז נישטא קיין קעיס, ווייל מען קען נישט צוזאם שטעלן א טויטע קעיס [דארמענט] מיט א פארשפארטע [דיפאזט] קעיס, נאר וואס דען, אז מען אינוועסטירט, ווארט מען אויך ארויסצונעמען דעריבער, ימים ידברו,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2006 22:42 לינק ישיר 

יישר כח אנאלעזירן מיין שאלה איז, איז מעגליך טעכניש צו דן זיין אפילו אויף א קעיס וואס איז שוין אפגעשפארט? פארוואס איז נישט אויטאמאטיש בטל געווארן אויך די הירינג ביי שעק? וואס איז זיכער אז מען ווייסט שוין לאנג אז דער 'שעק' האט שוין לאנג געזען 'קעש', און עס לאזט זיך גלייבן אז you get what you pay for... אויף עפעס א וועג וועט ער שוין טרייען עפעס צו געבן פאר די סיגוטער, אויב אפילו נאר פאר כ"ו אב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2006 21:01 לינק ישיר 

נא? צי ווייסט איינער וואס איז געווען היינט ביי שעק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > MOLLEN: ריכטער שעק דעסטרויען ארונים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext