דער באוואוסטער בראדער שיכור (מפני תקנת הפורום שרייב איך נישט ווער)... האט באקומען דעם
גרויסן כבוד צו רעדן אין די סאטמארער קעמפ צו די בחורים, איבער דעם גרויסקייט פון ישמח משה
זצוק"ל.
איך שטיי און איך שטוין, איז דאס איז החזרת עטרה
אדער איז דאס זיין שכר פאר'ן פאמפען פאר דעם זאלי שמד וואגאן
פאר זיי צו נעמען דעם געמיינעם קערל, העלפט נאר ארויסנעמען מער און מער קינדער פון זייערע
פארשימלטע מוסדות.
תוקן על ידי - כל_העולם - 07/08/2006 23:19:11
נשלח ב-8/8/2006 08:25
צוערשט א מזל טוב פאר די נייע פאסטן. ווען ביסטו געווארן דא פארט פון די הנהלה?
צווייטנ'ס איך האב שוין געעפנט מער ווי איין אשכול אין דעם פארום, קען זיין אז עס שמעקט דיר
נישט אבער דאס איז דער פאקט.
דריטנ'ס, זייט ווען זענען יצחק און ישראל מענדל שווארץ פריוואטע מענטשן? ישראל מענדל שווארץ
פון דער בליק אין פורים הייסט ביי דיר פריוואט? דער וואס האט געמאכט אייזיק ספינקער קושן
זיינע הענט [פארדאן: פוס]? אדער דער בראדער חזיר, וואס האט פון זיין אייגענע טאש שוין
אריינגעלייגט אפאר הונדערט טויזנט דאלער מינימום אין די מערכה צו צוברעכן סאטמאר, און אבי
מ'זאל שרייבן אויף אים בראדער רב אין דער איד זייט ער האט זיך אנגעטון א הויכע ביבער הוט, דאס
הייסט פריוואט?
יעדער איינער וואס גייט אריין אין די שמעלץ טאפ וואס הייסט פאליטיק, ספעציעל אויב ער גייט
נעגעטיוו, דארף ער זיין גערישט פאר די קאנסעקווענצן.
וויאזוי האט יאסי געזאגט פאר מאלען? if you cant take the heat get out of the kitchen.
און די זעלבע זאך איז פאר איינעם וואס פארנעמט נישט קיין ברוינפן.
נשלח ב-8/8/2006 07:44
ביז אהער: איך זע אז דו פרובירסט צו לייגען וואו מער תגובות, קען זיין אז דו ווילסט עס כדי צו קענען עפענען אשכולות, אבער "פריוואטע נעמען" זענען פארבאטען
נשלח ב-8/8/2006 04:59
אויב נארמאלע מענטשן שעמען זיך נישט צו זיצן ביי א דרשה פון אזא פויער ווי דעם סיגוטער, וואס
איז באקאנט פון אלע יארן פאר א פוסטער ליידיגגייער וואס שטופט דעם טאג, און ענזשויט זיך מיט
זעכצן יעריגע בחור'לעך, איז שוין גארנישט קיין קשיא.
און אויף זיי האב איך זיכער נישט קיין טענות, זיי קענען דאך נישט ברענגען א רעדנער וואס פאקט
איין זייער שטראף א מיליאן מאל [ליין: כמעט יעדע רב און בעל דרשן אין דער וועלט], מוזן זיי
פארשאפן א נייע אויבנאן פון יצחק און ישראל מענדל שווארץ, וואו דער סיגוטער זאל שוין באמת
זיין א תלמיד חכם און בעל דרשן אקעגן זיי.
נשלח ב-8/8/2006 04:05
דער בראדער שיכור איז פון די אנפירער פון די שארט ביי די זאליס, אויך האט ער שמיני עצרת איבערגעדרייט די ביהמ"ד ראדני און האט געמאכט יאמערליכע קולות מיט די מיאוסטע לשונות קעגן די אהרונים אין ראדני.
נשלח ב-7/8/2006 22:30
איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט עטליכע זאכן.
1) פארוואס איז מיט עפעס ערגער פונעם וועקי, רבינו ר' זלמן לייב.
2) פארוואס דארף מען אים רופן מיט צו-נעמען. רוף אים בראדער רב, ס'זאגט גענוג וואס ער איז.
מוז נישט צוגעבן גארנישט.
3) איך האלט אז ס'איז א גוטע זאך אז דער בראדער האט גערעדט. דאס צייגט אז א טייטלבוים איז
נישט קיין חשיבות דארט. יעדער שטריק איז דארט א סימבאל פאר די קינדער און בחורים.
4) דער בראדער איז אויך גארנישט מער שיכור פון ר' לואי מ'האנג קאנג הבירה און אז מ'האט שוין
ר' לואי מערערע מאל געלאזט רעדן פאר די בחורים מעג דער בראדער אויך.
תוקן על ידי - כל_העולם - 07/08/2006 23:20:38
נשלח ב-7/8/2006 21:36
איז דא און דער יוד א "טעקס" פון די דרשה אין אויך ?
נשלח ב-7/8/2006 21:33
ווער קען ביטע אריינסקענען די פיקטשער
פונעם בראדער שוטה
אין דער איד
ווי ער רעדט אין קעמפ צו די קינדער און בחורים
ביטע אריינסקענען
תוקן על ידי - כל_העולם - 07/08/2006 23:19:50