בית פורומים כל העולם כולו

הולכים לערכאות/מסרבים לדין, אט איז ר"ה! טוט תשובה באצייטנס!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/8/2006 23:40 לינק ישיר 
הולכים לערכאות/מסרבים לדין, אט איז ר"ה! טוט תשובה באצייטנס!

איך טו דא אויפרופן אן עפנטליכן רוף צו די אלוועלטליכע הולכים לערכאות און מסרבים לדין, בארעכנט אייך באצייטנס איידער עס איז צו שפעט ! נאך אלע ליצנות ארטיקלען, נאך די עמערס פון מח וואשונג און פארדרייטע פאקטן, נאך אלע חירופין וגידופין אקעגן יעדן ערליכן איד וואס גייט נישט אייך מיט שפאן, פארגעסט נישט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט ! מען קען טאקע קומען אויף היידפארק אדער אין דער איד און פרובירן צו פארטושן די מוחות, אבער איר אליין ווייסט זייער גוט דעם ריינעם אמת, דערמאנט אייך לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון ! עס קומען יעצט די ימי הדין, די ימי הרחמים והרצון, יעדן ערליכן איד באשר הוא געט עס א קיצל אין הארצן, בארעכנט זיך אויף אייערע שרעקליכע זינד, טוט תשובה איידער עס איז חלילה צו שפעט ! טוט תשובה אויף די שרעקליכע עבירה פון... - אפשפעטן און ליצנות מאכן פון אלע בתי דינים בישראל, און מאכן א געלעכטער פון דעם חיוב פון גיין צו דין תורה, וואס האט אריינגעברענגט א קרירות ביים גאנצן כלל ישראל איבער דעם הארבן ענין פון זיך שטעלן צו דין תורה ! - גיין אין מאנטריאל נעמען אן עיקול אין געריכט, טראץ וואס איר זעלבסט האט געשריגן מיט עטליכע יאר פריער אז דאס איז הרמת יד בתורת משה, און טראץ וואס די סאטמארע ראשי הקהילה האבן אויסגעדרוקט מערערע מאל זייער גרייטקייט זיך צו שטעלן צו דין תורה ביי א בית דין כשר ! - גיין אין געריכט אין בארא פארק אקעגן די מוסדות, טראץ וואס די הנהלת המוסדות האט אויסגעדרוקט זייער פולשטענדיגע גרייטקייט זיך צו שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד כשר ! - ועל כולם, דאס גיין אין דעם ציוני'סטישן געריכט אין בני ברק, וואס אויסער דעם הארבן איסור פון הליכה לערכאות אן קיין שום היתר בי"ד, וואס מען האט דארט פארלאנגט א געהעריגן דיון בערכאות טראץ די פולשטענדיגע גרייטקייט זיך צו שטעלן צו דין תורה ביי א בית דין כשר, האט מען נאך עובר געווען אויף דעם איסור פון אנערקענען די רעכטן פאר א איד וואס איז דן דיני עכו"ם, א זאך וואס דער רבי זי"ע שרייבט דערויף אין ויואל משה אז דאס איז אסור ביהרג ואל יעבור ! רבי זלמן לייב, חזור בך ! טוט תשובה איידער עס איז צו שפעט ! פארלאזט זיך נישט אויף די לעצטע מינוט ! דע לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון !



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2006 17:10 לינק ישיר 

בא ללמד השמע אזנך מה שפיך מדבר.

האסט שוין אמאהל געהערט פון אזא מושג ווי תולה קללתו באחרים?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2006 05:10 לינק ישיר 

בא ללמד. פארגעס דערפון. זיי גייען קיינמאל נישט גיין צו דין תורה נאר אויב זיי גייען זען אז זיי פארלירן די קאורט! אויב זיי וועלן אמאל לאזן וויסן אז זיי האלטן ביים גיין צו דין תורה, זאלסטו וויסן קלאר אז זיי שטייען שמאל, און ערשט דעמאלטץ טאר מען נישט גיין! ביי זיי איז די תורה סעקאנד קלעס, די עיקר איז אז זיי זאלן געווינען!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2006 23:58 לינק ישיר 

בא ללמד

בכגון דא בית דין אין נזקקין לו

נאכאמאל גיי נישט אין ערכאות אן קיין היתר בי"ד
נאכאמאל מסר נישט אן קיין היתר בי"ד

דער רבי רעדט אבסעלוט נישט פון גיין און געריכט דער רבי רעדט פון מחוקקין חוקי עכום פון די ציונים אויף זיי זאגט ער ייהרוג ואל יעבור.

קיינער איז נישט שולדיג אז דיין טענטער איז אן עם הארץ
דע לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הולכים לערכאות/מסרבים לדין, אט איז ר"ה! טוט תשובה באצייטנס!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext