הולכים לערכאות/מסרבים לדין, אט איז ר"ה! טוט תשובה באצייטנס!
איך טו דא אויפרופן אן עפנטליכן רוף צו די אלוועלטליכע הולכים לערכאות און מסרבים לדין,
בארעכנט אייך באצייטנס איידער עס איז צו שפעט !
נאך אלע ליצנות ארטיקלען, נאך די עמערס פון מח וואשונג און פארדרייטע פאקטן, נאך אלע חירופין
וגידופין אקעגן יעדן ערליכן איד וואס גייט נישט אייך מיט שפאן, פארגעסט נישט אז עס איז דא א
באשעפער אויף דער וועלט ! מען קען טאקע קומען אויף היידפארק אדער אין דער איד און פרובירן צו
פארטושן די מוחות, אבער איר אליין ווייסט זייער גוט דעם ריינעם אמת, דערמאנט אייך לפני
מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון ! עס קומען יעצט די ימי הדין, די ימי הרחמים והרצון, יעדן ערליכן
איד באשר הוא געט עס א קיצל אין הארצן, בארעכנט זיך אויף אייערע שרעקליכע זינד, טוט תשובה
איידער עס איז חלילה צו שפעט !
טוט תשובה אויף די שרעקליכע עבירה פון...
- אפשפעטן און ליצנות מאכן פון אלע בתי דינים בישראל, און מאכן א געלעכטער פון דעם חיוב פון
גיין צו דין תורה, וואס האט אריינגעברענגט א קרירות ביים גאנצן כלל ישראל איבער דעם הארבן
ענין פון זיך שטעלן צו דין תורה !
- גיין אין מאנטריאל נעמען אן עיקול אין געריכט, טראץ וואס איר זעלבסט האט געשריגן מיט
עטליכע יאר פריער אז דאס איז הרמת יד בתורת משה, און טראץ וואס די סאטמארע ראשי הקהילה האבן
אויסגעדרוקט מערערע מאל זייער גרייטקייט זיך צו שטעלן צו דין תורה ביי א בית דין כשר !
- גיין אין געריכט אין בארא פארק אקעגן די מוסדות, טראץ וואס די הנהלת המוסדות האט
אויסגעדרוקט זייער פולשטענדיגע גרייטקייט זיך צו שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד כשר !
- ועל כולם, דאס גיין אין דעם ציוני'סטישן געריכט אין בני ברק, וואס אויסער דעם הארבן
איסור פון הליכה לערכאות אן קיין שום היתר בי"ד, וואס מען האט דארט פארלאנגט א געהעריגן דיון
בערכאות טראץ די פולשטענדיגע גרייטקייט זיך צו שטעלן צו דין תורה ביי א בית דין כשר, האט מען
נאך עובר געווען אויף דעם איסור פון אנערקענען די רעכטן פאר א איד וואס איז דן דיני עכו"ם, א
זאך וואס דער רבי זי"ע שרייבט דערויף אין ויואל משה אז דאס איז אסור ביהרג ואל יעבור !
רבי זלמן לייב, חזור בך ! טוט תשובה איידער עס איז צו שפעט ! פארלאזט זיך נישט אויף די
לעצטע מינוט !
דע לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון !
 |
|
|