| נשלח ב-8/8/2006 00:03 |
|
| |
הערליכע הכנסת ספר תורה אין ירושלים
א הערליכע הכנסת ספר תורה איז יעצט פארגעקומען און די ירושלים'ער גאסען, ווען "קהל יטב לב ד'סאטמאר" האט אריינגעגבעבן א ספר תורה אינעם נייעם בית המדרש הגדול "ברך משה" ד'סאטמאר, בהשתתפות פון הינדערטער אידן יראים ושלמים אנשי שלומינו, ובראשם הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.
פרטים יבואו
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 18:55 |
|
| |
ווען דער מפגר יצחק ווייס מיט זיין האר דער יפו'ער, וואלטן זיך נישט געשעמט וואלטן זיי ציריסן די ספר תורה...
דאס האבן זיי זיך געשעמט, האבן זיי געשיקט רייסן צעטלעך.
נעבעך אויף די לוזערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 02:55 |
|
| |
עס איז אינטערסאנט אז די מודעות די צעטעלעך וועלכע איז אויסגעהאנגען געווארן אין בית שמש פאר די הכסת ספר תורה (וועלכע איז בכלל נישט קיין אישו אין ירושלים) האבן די אהרונים באשטעלט ביים אויסווארף קלצקין.
אין איצט באשולדיגן זיי קלצקין מיט'ן רייסן זייערע צעטלעך אין ירושלים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 02:51 |
|
| |
די הכנסת ספר תורה איז דורך גאר דערהויבן עס האבן זיך באטייליגט טויזענטער אידן. עס האבן גערעדט הרה"ג רבי בערל קליין שליט"א טשערמאן
הגה"צ רבי יושע ראזענבערג שליט"א אב"ד רמ"א בית שמש, כ"ק רבי יצחק טובי ווייס שליט"א גאב"ד ירושלים, כ"ק רבי משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד ירושלים, הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בבני ברק, הגה"צ רבי מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א אב"ד סאטמאטר אנטווערפן, און הרבני הנגיד רבי יצחק ראזענבערג שליט"א.
אויך האט זיך באטייליגט הרבני הנגיד רבי שמואל אליעזר בערגער שליט"א פון לאנדאן וואס האט צוגעזאגט א ריזן פארטאסטישען סכום פארן נייעם ביהמ"ד ברך משה דקהל יטב לב דסאטמאר ירושלים עיה"ק.
***
די מעכטיגע הכנסת ספר תורה איז צושטאנד געקומען טראץ די טעראר וואס די זאליס האבן געטאן די לעצטע וואך ווען יצחק ווייס וכת דילי' האט געמאכט א שותפת מיט דעם אויסוואף קלצקין וואס ער האט אראפ געריסן די צעטלעך פון די אהרונים.
אזוי אויך האבן די זאליס געלייגט אן א שיעור טעראר אויף הגה"צ רבי יושע ראזענבערג שליט"א אב"ד קרית רמ"א בית שמש אז ער זאל נישט זיך נישט באטייליגען ביי די הכנסת ספר תורה און אוודאי אז ער זאך נישט רעדן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 02:23 |
|
| |
[באקומען אין אישית, עטוואס פארראכטן:]
איך קום יעצט צוריק פון דעם פראכטפולע מעמד הכנסת ס"ת צום גרויסן סאטמארן ביהמ"ד אין ירושלים
"ברך משה", וואס זאל איך דיר זאגן, הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא.
ביים טאנצן אין די גאסן און אין ככר השבת זענען געווען טויזנטער מענטשן קעה"ר, אויך אין
ביהמ"ד איז געווען געוואלדיג, מ'האט פשוט נישט געקענט אטעמען פון די גרויסע געדרענג.
אלע רבנים זענען דארט געווען, אבער ממש אלע. א ספעציעלע רושם איז געווען די דרשות פון הגאון
האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א, דער נייער חבר הבד"ץ הגה"צ ר' יושע ראזענבערגער שליט"א, דער
ירושלימער רב שליט"א, דער וויליאמסבורגער רב שליט"א, און נאך עטליכע וואס איך וועל שפעטער שרייבן.
עס האבן זיך אויך באטייליגט הרבני החסיד מקים עולה של תורה ר' יצחק ראזענבערג ני"ו, הרבני
התורני הנגיד ר' שמואל בערגער ני"ו פון לאנדאן, און נאך.
עס איז געווען די ערשטע מאל וואס דער ציבור אין ירושלים האט געזען אונזער גרויסן עולם, און
טאקע מה נהדר הי' המראה !!!
אויך אונזערע 'פריינט' פון אקעגן איבער האבן עס געמוזט צוקוקן, און זען מיט די אויגן ווי
זייער גאנצע טעראר קעגן אונז האט גארנישט געהאלפן.
איך וואלט נאך געקענט שרייבן לאנגע מגילות פון התרגשות, אבער איך בין שרעקליך מיד און איך מוז
גיין זיך אנשפארן, עמיר רעדן ווייטער מארגן אי"ה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 02:12 |
|
| |
הערליך איז נישט דאס פאסיגע ווארט אויפן מעמד קידוש שם שמים וואס איז היינט פארגעקימען אין עיר הקודש ירושלים,
עס איז פארגעקומען א הערליכען הכנסת ספר תורה, וואס די ספר תורה איז געשריבען געווארען דורך חברי "קהל יטב לב ד'סאטמאר ירושלים" לע"נ רבותינו הקדושים עצי התמרים רביה"ק בעל דברי יואל זיעועכ"י און רביה"ק בעל ברך משה זיעועכ"י, וועלעכע די בית המדרש טראגט זיין הייליגען נאמען,
די מעמד האט זיך שוין אנגעפאנגען פריער ביים מעמד סיום כתיבת ספר תורה, וואס עס איז פארגעקימען אין הויז פין די מאמע פון האחים הנגידים החשיבים מוה"ר יצחק ראזענבערג סגן רשה"ק און מוה"ר אברהם יודא ראזענבערג יו"ר הנהלת שער התורה, [עס איז שוין געווען דא באשריבען]
היינט איז פארגעקומען די הכנסת ספר תורה ברוב פאר והדר, ווען מ'האט געפירט די ספר תורה דורך די גאסען פין ירושלים בתופים ובמחולות צום בית המדרש הגדול "ברך משה" דקהל יטב לב, עס זענען געווען אפגעשפארט עטליכע גאסען ווי די ספר איז דורך, צילוב דעם גרויסער ציבור וואס האבן זיך באטייליגט, די גאסען ווי ככר השבת, מלכי ישראל זענען געווען אפגעשפארט און שווארץ מיט מענטשען, ירושלים האט זעלטען מיטגעהאלטען אזא שמחה,
בעיקר איז געווען אנגעזעהן די גרויסע גאסט בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א הגה"צ מנחם מענדל טייטעלבוים שליט"א, וואס איז געקימען בשליחות פון זיין גרויסען טאטען, ווי ער זיך משתתף געווען און געהאלטען א פלאם פייערדיגען דרשה בדברים העומדים על הפרק ,
באזינדער האבן זיך אנגעזעהן צענדליגע רבנים פון איבער די שטאט, ווי אויך אלע חברי הבד"ץ פון די עדה החרדית ובראשם הגה"צ הגאב"ד שליט"א,
 |
|
|
|
|
|