בית פורומים כל העולם כולו

לוסטיג לעבעדיג אין קווינס קעמפ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/8/2006 03:07 לינק ישיר 
לוסטיג לעבעדיג אין קווינס קעמפ

אויב א גאנץ יאר איז די סיגוטער ישיבה א שטח הפקר, וואו מהייבט אן ישיבה מאנטיג 11 אזייגער אינדערפרי און מ'ענדיגט דאנערשטיג 2 נאכמיטאג, איז דער זומער ממש צופארן אין קווינס. ביז היינט ווען דער רבי זצ"ל האט נאך געלעבט איז אויך געווען דארט צרות יגון ואנחה, אבער נפתלי בלומענפעלד האט זיך געטרייסט אז "[ביטע נישט נאכברענגען קיין דברי זלזול אויף קדושי ישראל זי"ע]" און מ'גייט פטור ווערן פון אים. אבער יעצט איז דער סיגוטער שטריק רז"ל דארט אנגעקומען מיט זיינע חברה און ער דרייט איבער די גאנצע קעמפ, אז אפילו די ביסל וואס מ'לערנט שוין יא א גאנץ יאר אין קווינס איז יעצט אויך נישטא. א גאנצע וואך דרייען זיך דארט מענטשן, סיי די רייסערס און די לעלוס וואס קומען זיין נעבן זייערע פרענדס, רז"ל און זיין יעקב בערעלע-די באליבטסטע 'מגיד שיעור' אין קווינס, און אויך סתם לעלוס וואס קומען דארט באזוכן די אנדערע לעלוס... אויסער דעם דרייען זיך דארט אסאך מענטשן פון נחלת יעקב און אנדערע קאנטריס נעבן דעם, וואס האבן ליב צו קומען אין מקוה און זיך ווייקן ביז 1 אזייגער נאכמיטאג מיט די קווינס באמעס. אסאך בחורים פארן סתם אזוי אוועק אינמיטן טאג מיט וועם ס'לאזט זיך, א גאנצן טאג ווען מ'פארט דארט אדורך זעט מען בחורים וואס ווילן כאפן היטשעס. לעצטנס האט נפתלי בלומענפעלד געכאפט רז"ל'ס הויז בחור ארויספארן מיט א אנדערע 'פיינע' קווינס בחור [וואו זיי זענען געפארן טאר מען נישט שרייבן מחמת תקנות הפורום], און ער האט זיך צעשריגן אויף אים בפני כל עם ועדה: "איך וועל דיך ארויסווארפן פון דא מיט דיין רבי צוזאמען". יעדן טאג איז דארט דא יומא דפגרא'ס, וואו מ'שטעלט צו פיינע סטעיק און סאלאמי פאר די הונגעריגע רז"ל און יודל וויינשטאק, אונטער דעם אנשטעל פון "מסיבות", אמאל פאר קווינס ישיבה (ווען די עשירים גייען נעבעך גראד נאכדעם אריין אין ביהמ"ד... ווער רעדט נאך אויב זיי גייען אין דארמיטארי, דעמאלטס סטאפן זיי גראד אלע טשעקס... אויסער אויב זיי זעען די גרויסע געספרעיטע ווענט "אהרן טייטלבוים ימח שמו"), אמאל איז עס ווען יעקב בער מאכט א סיום אויף א קארטאן פון קיובען סיגארס, און אמאל סתם אזוי ווען יודעלע וויינשטאק איז הונגעריג. יעצט פלאנט נפתלי בלומענפעלד, דער וואס האלט אפענע דרשות אין קווינס קעגן רז"ל, נוסח אלטר משה גאלדבערגער, אז נעקסטעס יאר גייט מען קויפן א עקסטערע קעמפ פאר די קווינס בחורים (די געלט גייט מען נעמען פון נאך א דינער וואס מ'גייט מאכן אין די יעצטיגע קווינס קעמפ), און אין קווינס קעמפ גייט מען ברענגען די קליינע בחורלעך. אויב די מנהלים פון די קלענערע ישיבות גייען אויך נישט לאזן, זיי האבן דאך קאמפעטישאן פון די תורה ישיבות, גייט מען לאזן רז"ל און יעקב בער גענצליך אקאפייען די קעמפ פאר זייערע לעלוס, די גרויסע לאנטש-רום גייט מען מאכן פאר א באר, און רז"ל וועט האבן זיינע גוטע סאפערס יעדן מאנטיג און דאנערשטיג. תוקן על ידי - ווארהייט - 08/08/2006 תוקן על ידי - כל_העולם - 08/08/2006 4:05:55



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2006 22:20 לינק ישיר 

אה געלויבט דעם הייליגען באשעפער אז איך מיז נישט שיקען מיין טייערע בחור און דעם זייער זייער גוטע קרית יואל'ער ישיבה.

בד"א וואס זענט עטס אזוי פארנומען מיט די קווינס ישיבה ס'איז דאך עניוועי נאר א פאר לאגא'ס
וואס באדערט עס ענק אזוי שטארק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2006 21:10 לינק ישיר 

ליידער קען איך ענק איין זאך זאגן
וואס ווארהייט זאגט איז ווארהייט

איך קען בחורים פון ק"י וואס לערנען אין קווינס 16 יעריגע בחורים וואס מען זעט זיי יעדן טאג אריינפארן מיטן באס שפעט פרייטאג זינטאג דרייען זיי זיך ארום ווי בין הזמנים לאגאס

ב"ה מען איז פטור געווארן פון די אלע שמוץ און מען מוז זיי נישט אננעמען אין סאטמאר ווייל זיי האבן שוין ישיבה מיט א ר"מ צוגעפאסט פאר זיי

א דאנק אייך ר' וועקי ז"ל שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2006 05:03 לינק ישיר 

וויפיל קאסט צו גיין צו אזא סאפער? גענוג צו שרייען ימח שמו אויפן רבי'ן? אדער מ'מוז אויך שרייבן כאטשיק איינמאל א טאג אויף היידפארק. איך האב גראדע געהערט אז ווערייזאן האט געמאלדן אז זיי האבן באקומען אסאך קאמפלעינטס פון יענע עריע אז די סערוויס פאר די טריאו'ס איז נישט גענוג גוט, און זיי גייען עס פארבעסערן. יעצט ווייס איך שוין ווער ס'שרייבט אויף די סיגוטער פארום [אפילו דאס גלייב איך איז די קליינע בחורים, איך גלייב נישט אז איינער העכער 18 קען שרייבן אזוי צודרייט ווי זיי שרייבן, פון די אנדערע זייט שרייבן זיי אזעלכע זאכן וואס מ'דארף שוין זיין 21+ צו וויסן, תיקו].



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לוסטיג לעבעדיג אין קווינס קעמפ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext