בית פורומים כל העולם כולו

זאליס: מיר גייען עפענען א נייע שול אין בית שמש !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/8/2006 05:16 לינק ישיר 
זאליס: מיר גייען עפענען א נייע שול אין בית שמש !

די זאליס זענען שרעקליך אויפגעברויזט אויף דעם געוואלדיגן סוקסעס וואס סאטמאר האט געהאט ביי די נעכטיגע הכנסת ס"ת, ווען א ריזיגער ציבור האט אנטייל גענומען לכבודה של תורה, און אלע גדולי התורה וואס געפינען זיך אין ירושלים, זענען געקומען זיך באטייליגן אין די גרויסע שמחה, ווען אין שפיץ פון דעם מעמד איז בנו הגדול פון כ"ק רבינו שליט"א, הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א. ואתו עמו הרה"ח ר' יצחק ראזענבערג שליט"א, סגן ראש הקהל דקהל יטב לב ד'סאטמאר. דאס איז טראץ דעם אבנארמאלן קאמפיין פון די זאליס דערקעגן, וואס האט איינגעשלאסן געמיינע פאשקעווילן בחוצות העיר, און אומבאשרייבליכן דרוק און טעראר אויף אלע רבנים אז זיי זאלן זיך נישט באטייליגן. למעשה נאך דעם מעכטיגן דורכפאל זוכן זיי זיך א קרבן אויף וועמען זיך אויסצוגעבן, און זיי האבן באשלאסן צו נעמען אויפן צימבל כ"ק הגה"צ ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן פון בית שמש אנטיילצונעמען אין דעם געהויבענע מעמד, און עס איז דאס ערשטע מאל וואס ער האט זיך עפנטליך ארויסגעשטעלט לטובת סאטמאר. אזויווי רבי יהושע איז דער צענטראלער פיגור פונעם גאנצן היימישן ציבור אין בית שמש, און אין זיין ביהמ"ד דאווענען אויך אלע סאטמארע אינגעלייט, סטראשען יעצט די זאליס אז זיי גייען נקמה נעמען אין רבי יהושע פאר די געוואלדיגע 'עבירה', און זיי גייען עפענען א אייגענע שול אין בית שמש.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס: מיר גייען עפענען א נייע שול אין בית שמש !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext