איי השיבנו!
איינס פון די שענסטע ווארימסטע חסידישע ניגונים, אין בעלז זינגט מען דאס אין גרויסן ימים נוראים כבין אמאל געווען ביים טיש
דאכט זיך סאיז געווען שבת שובה און דער גאנצער עולם האט דאס געזינגען צוזאמען מיט ר' ירמי' סהאט געהילכט עד לב השמים
אהלי, פארצייל מער וואס איז די ניגון דא מיט סאמעט, סאיז משמע אז מהאט גענומען דעם אלטן ניגון און צוגעלייגט סאמעט, פון
ווי שטאמט דאס? סאיז גראדע זייער שיין צאמגעשטעלט
נשלח ב-9/8/2006 20:01
איך האב עס באקומען פון [email protected] וואס שיקט ארום קליפס.
נאכן אים אנפרעגן: דער ניגון קומט ארגינעל פונעם אלבום "וגילו צדיקים" פון בעלזא, א הערליך
שיינע טעיפ מיט מונה ראזענבלום.
איינער האט עס גענומען און געמאכט א מיקס מיט אהרלע סאמעט. "וכך נוצר הדואט הנפלא הזה".
דער מחבר פון דעם ניגון איז הרב פנחס פרידמאן שליט"א מחבר ספרי פרי הדר אויף יו"ד, און חברותא
פונעם בעלזער רבין שליט"א.
דרך אגב גייט דאס זיין אויף די נייע בעלזער טעיפ (איף ווארט נאך אויף רשות פונעם גרעפיק
דעזיינער ארויפצולייגן דא דעם דעקל).
נשלח ב-9/8/2006 22:22
איך הער יעצט צום ערשטן מאל דעם סאמעט, דעם ניגון קען איך שוין פון ווייס איך ווי לאנג צוריק, זיך ווייקענדיג אין אנזעץ ביים הערן יעדעס מאל עקסטער, אבער איך מיין אז דער ניגון אזוי ווי אלע ברייער ניגונים זענען באשאפן געווארן ספעציעל פאר ירמי' דמן און שטייען נישט גוט אויף א צווייטן,
נ.ב. דער מכניסי רחמים אויף "יזכרם" האט מיך שיעור נישט אוועק געלייגט, איך האב עס געהערט אלס בחור די ערשטע מאל, און אין א אפשניט צייט פון בערך צוויי וואכן האט קיינער נישט געקענט רעדן צו מיר.