ר' יודא בער טעללער - על מי נטשת הצאן???
א רירנדע מסיבת פרידה איז פארגעקומען אין קעמפ רב טוב, פאר דעם פלאמ פייערדיגן מנהל, ר' יודא בער טעלער שליט"א וועלכער האט אנגענומען דאס מנהל'שאפט אינעם נייעם מוסד ישיבה תורה ויראה דסאטמאר
די מסיבת פרידה האבן נישט געמאכט פאר אים די קינדער (די קינדער קענען דארט נאר ווארפן אייער). אויך נישט די אנפירער פון די קעמפס אדער די אנפירער פון UTA
געמאכט דעם מסיבת פרידה האבן די מלמדים, די וועלכע צו וועמען דער מנהל הרה"ג ר' יודא בער איז ציגעבונדן מיט א מורא'דיגע נאענטקייט ונפשו קשורה בנפשם די אלע יארן וואס ער איז אין UTA.
מ'האט אים געקויפט א שיינע מתנה א נייע טלית מיט אן עטרה (לכבוד דעם להחזיר עטרה ליושנה) און די מלמדים האבן אים געשריבן זייער א שיינע און ווארימע מכתב תודה, און ממש געוויינט צו אים: ר' יודא בער: על מי נטשת הצאן? אל נא תלך מעמנו, והיית לנו לעיניים !
די מלמדים ווייסן אז נאך א ר' יודא בער איז נישטא! מ'מאכט מער נישט פון דעם מאדעל, און אז דער טייערער מנהל גייט אוועק, שאפט עס א מורא'דיגן חלל, וואס מ'קען נישט ממלא זיין לייכט.
פון די אנדערע זייט, האט ר' יודא בער באקומען א שארפען טעלעפאן קאל פון UTA, היתכן ער גייט אוועק אינמיטן זמן (חודש אלול). ס'איז א אומדערהערטע זאך.
האט ר' יודא בער געענטפערט: עס איז דאך געמאלדן געווארן אין דער איד, אז דער זמן ענדיגט זיך פאר ראש חודש אלול, און נאך אלול איז שוין א נייע זמן.
UTA: עס איז געווען א טעות. דער זמן הייבט זיך אן ערשט חודש חשון, נישט אלול ווי ס'איז געשטאנען אין דער איד.
ר' יודא בער: איך האב דאך נישט געוויסט אז ס'איז א טעות. איך האב געזען אז דער זמן ענדיגט זיך אלול, האב איך געשריבן קאנטראקט מיט זיי. פון וואנעט זאל איך וויסן אז דער איד לייגט אריין אינפארמאציע וואס איז גרייזיג?
 |
|
|