רעסמוסען: ליבערמאנ'ס אויבערהאנט וואקסט ב"ה
גוטע נייעס פאר אנטי-ליבעראלן.
"רעסמוסען" מאכט יעדן טאג א טרעקינג פאול זייט ליבערמאנ'ס פריימערי דורכפאל. די פאול ווייזט אז ליבערמאנ'ס אויבערהאנט וואקסט, א דאנק די רעפובליקאנער וואס סוויטשן אריבער צו אים.
א טאג נאך די פריימערי איז ליבערמאן געווען נאר 3 פראצענט פאראויס פון לעמאנט, היינט איז ער שוין פינף פראצענט פאראויס, און לכאורה גייט ער מארגן שוין זיין מער פאראויס.
דאס איז די לעצטע רעסמוסען פאול:
Aug. 9 & 10 Lieberman 46% Lamont 41% Schlessinger 6%
|
|