ביי די צענטראלע סאטמאר סעודה הילולא אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל, זענען ווי אלע יארן צוזאם געקומען טויזנטער אידן תלמידי וחסידי סאטמאר זקנים עם נערים די ביהמ"ד איז געווען געפאקט מן הקצה אל קצה, די ריזיגע הויכע פראנטשעס זענען געווען איבער געפילט מיט טויזנטער בחורים מען האט קיין נאדל נישט געקענט אריין שטעקן.
אויך האבן זיך באטייליגט איבער 100 רבנים פון גרעטער ניו יארק, ווי אויך האבן זיך באטייליגט די דייני קהלה הק' פון סאטמאר ווי הגאון הגדול רבי אליקים געציל בערקאוויטש שליט"א דיין קרית יואל, הגאון הגדול רבי מרדכי בצלאל קליין דיין סאטמאר לעקוואד, הגאון הגדול רבי משה פריעדמאן שליט"א דיין סאטמאר בארא פארק, הגאון הגדול רבי לייביש טייטלבוים שליט"א דיין סאטמאר מאנטיסעלאו.
מיט גרויס כבוד האט מען אויפגענומען דער גרויסער גאסט הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער שליט"א פון לאנדאן.
רבינו שליט"א האט געמאכט די סיום הש"ס ומשניות און געזאגט קדיש, און דערנאך געזאגט די צענטראלע "סאטמאר יאר דרשה",
די הויעך פונקט פון די דרשה איז געווען די הייליגע ווערטער וואס רבינו שליט"א האט געזאגט לחזור ולשנן תורתו הק' של מרן רביה"ק זי"ע, איבער די ציוניסטישע מדינה הטמאה און אירע נאכשלעפערס.
 |
|
|