די הרבנים הגאונים הצדיקים חברי בדי"צ העדה החרדית ובראשם כ"ק מרן הגאב"ד וראב"ד שליט"א, האבן היינט געשריבען א בריוו, ווי זייי שריבן אז די זאליס מיזן ארויס גיין פון די ערכאות אין בני ברק אין ביידע זאלן זיך שטעלען צו דין תורה ביי הבי"ד זבל"א ביז צוויי וואכן!!!
די גאנצע ביד"צ האט אונטערגעשריבען דעראויף אויך די נייע חברי הבדי"צ ווי רבי יושע ראזענבערג שליט"א וכו'.
די בריוו איז געקומען נאכן באזיך פונעם סאטמאר ווייצע פרעזידענט הרבני הנגיד רבי יצחק ראזעבערג שליט"א וואס איז געווען ביי יעדעם פון די חברי הבדי"צ און אויפגעפאדערט ארויסצוקומען מיטן בריוו, אפצושטעלען די חילול ה' אין די ציוניסטישע ערכאות רח"ל.
עס איז א געוואלדיגער שאס פאר די זאליס, און א געוואלדיגער קידוש ה' וכבוד תורתינו הק', מיט דעם וואס די בדי"צ העדה החרדית האט געטאן אזוי ווי די תורה הקדושה הייסט, און געהייסן גיין צו א בי"ד של זבל"א אזוי ווי די הנהלת המוסדות סאטמאר אין בני ברק האט געפאדערט און אזוי אונטערגעשריבען ביי די בי"ד פון הרב קארליץ שליט"א, און נישט צו די פורים דיינים פון די זאלי בי"ד, וואס די זאליס זינגען שוין ארום 7 יאר אז נאר צו זיי מעג מען גיין, און אזוי האט געשריבען א פסק הלכה ר' מנשה פריעדמאן מיט זיין כנופיא של שרצים, און אויך רז"ל.
תלמידי וחסידי סאטמאר דריגן אויס לויב צו די ביד"צ העדה החרדית, און אי"ה וועט מען ביי די דין תורה אויך מתדין זיין איבער די בנינים פון די סאטמאר קהלה אין ירושלים וואס די זאליס האבן צוגעגענבט.
די זאליס האט עס געכאפט ווי אן אטעם באמבע נאדכעם וואס גיין צו דין תורה איז ביי זיי ווי א שאס אין קאפ און טויט קלאפ, זיי האבן אנגעהוביען זייער געמיינער טעראר קעגן די הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א חברי הבדי"צ, די טעלעפאנען פון די בדי"צ הערט נישט אויף צו קלינגען פון איין זאלי נאכן צווייטן מיט די ערגסטע סטראשונגען און טעראר.
נשלח ב-22/8/2006 04:03
דאס איז די איינציגע וועג ווי אזוי איך קען עס נאכטשעקען?
איך דארף אנקאלען דעם רב בכבודו?
"העלאו דעס איז די רב? דא רעדט קושקע פון הייד פארק, איך וואלט געוואלט זייער נייטיג וויסן וואס פונקלטליך איר האט געזאגט ווען מ'האט אייך געלאדענט צום סעודה."
נשלח ב-22/8/2006 03:39
די גאנצע מעשה מיטן לאדענען דעם ירושלימ'ער רב מיט די תשובה וואס ער האט גענטפערט איזשקר ממש, און יעדער קען עס נאכטשעקן מיטן רב אליין.
נשלח ב-22/8/2006 01:05
יעצט דארף מען נאכמאל דאנקן דעם הייליגן באשעפער וואס האט נישט צוגעלאזט אז ר' מנשה פרידמאן זאל ווערן גאב"ד ירושלים, ווייל אז ער וואלט געווארן וואלט ער מתיר געווען די ציוניסטישען ערכאות רחח"ל.
הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!!!
נשלח ב-18/8/2006 22:34
דער יפויער האט געשיקט רופן ר' יצחק טובי' ווייס שליטא צום יארצייט סעודה
ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אן וואס יוסף90 שרייבט אז ער האלט אז די עדה האט געמיינט, פון מיין
זייט זאל ער טאנצן אין די גאסן אז ער האט געווינען.
איך ווייס איין זאך:
די זאליס גייען זיך דארפן שטעלן צו דין תורה בזבל"א !
קיין בעסערע זאך פון דעם קען זיך סאטמאר נישט ווינטשן !
איך בין זיכער אז ס'איז נאכנישט פארטיג, זיי גייען פרובירן אפצושטעלן - אדער כאטש אריינרעדן
אין - דעם פראצעדור, און צוזאמען מיט אלע טויזנטער סאטמארע חסידים בין איך מתפלל צום רבש"ע אז
זיי זאלן איינמאל פאר אלעמאל זיך מוזן שטעלן צו א געהעריגע דין תורה, און דער קלארער אמת זאל
ארויפשווימען.
ענק זענען אויפן קאפ געפאלען???
די זאליס זאלען ארויסגיין פון ערכאות??
פארוואס?? פארווען??
די ביד"ץ שרייבט דאך קלאר און בריוו אז רשם התחברות איז ערכאות און אויך שרייבן זיי דארטן
קלאָר אז ווילאנג אהרן טייטלבוים (יא אזוי שטייט קלאר ממש בזה הלשון) גייט נישט ארויס פון
ערכאות דארפען די זאליס נישט ארויסגיין פון .......
ס"ה האט די ביד"ץ יעצט געגעבן א היתר פאר די זאליס
נשלח ב-18/8/2006 00:06
Can someone repost this link because it expired? Thank You