בית פורומים כל העולם כולו

אן אלטערנאטיווע צו "היידפארק"?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/8/2006 23:17 לינק ישיר 
אן אלטערנאטיווע צו "היידפארק"?


ווי איך זע, איז אפגעשלאסן געווארן דער נושא וועגן דער קינדערשער ווירטשאפט וואס די היידפארק רעדאקציע דעמאנסטרירט לעצטנס. אבער איך האב דא וואס צו זאגן, און אויב די חשוב'ע מנהלים האלטן אז ס'איז נישט אין פלאץ, פארבעט איך זיי צו ניצן זייער וועטא רעכט...

אלזא.

באקלאגן זיך צו דער רעדאקציע איז איין אפציע; אריבערפירן דעם פארום צו א צווייט פלאץ (און פאראן גענוג-און-נאך בעסערע קאנדידאטן ווי דעם ווי-א-טשעראפאכע--פאמעליכן, פושט-צורה-ולובש-צורה היידפארק-וועבסייט) איז אפשר אויך א מהלך.

נ"ב, קיין ספק אז מען טאר נישט נישט באשמוצן קיין פריוואטע מענטשן אד"ג - נישט דווקא ווייל די "חוקי המדינה" דיקטירן אזוי, נאר ווייל ס'איז נישט תורה'דיג און נישט מענטשליך. אבער ווען די היפאקריטסווע שטינקט פון קאפ און די קארופציע איז אזוי דורכזיכטיג ווי יוסף90'ס קשרים מיט'ן רעדאקטאר פונעם "בקהילה", דעמאלט איז צייט אפצופיצן פון דא.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2006 23:25 לינק ישיר 

מענטשעלע
ווילסט אריבערגיין צו תפוז? אדרבא, שלא פאר אן אלטערניטווע.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-16/8/2006 23:26 לינק ישיר 

דער אמת גערעדט, האבן מיר שוין אמאל געהאט געטראכט פון זיך אוועקציען פון דא. למעשה נאכן נעמען אין באטראכט אלע אפציעס איז פאקטיש היידפארק דער בעסטער אויסוואל צוליב מערערע סיבות, וואס איז נישט דא דער פלאץ אויסצורעכענען. מער פרטים קען מען פרעגן אין אישית.

די מערכת פירט בכלל נישט קיין מערכה מיט אונז, און עס האט אודאי נישט קיין שייכות צום געוועזענעם רעדאקטאר פון מוסף קולות אין בקהילה.

כל זמן מיר זענען נישט ממש געצווינגען אוועקצוגיין וועלן מיר דא בלייבן אי"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2006 23:30 לינק ישיר 

וואסא ידידי,

דו קענסט די זאכן בעסער פון מיר... אבער איך וואלט פארגעשלאגן 1. זיך אריבערצוציען צו א וועבסייט וואס איז נישט באזירט אין מדינת ישראל, נאר ליבערשט עפעס א גרעסערע, גוט-עטאבלירט געשעפט דוגמת "גוגל" (וואס פארמאגט גוט-אהערגעשטעלטע כללים איבער וואס מען מעג, און וואס נישט); און 2. דער מנהל זאל דארט אין פאראויס איינמעלדן די סייט-בלעבאטים איבער דער סיבה פון אונזער אהינגיין, כדי יענער זאל וויסן נישט אפצוקויפן בלינדערהייט קיינעמס תורת לאקשן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2006 00:10 לינק ישיר 

מענטשעלע
איך ווייס נישט צו גוגעל האט האסטינג.
אבער דיר צוליעב צו טאן, האב איך עפעס געעפענט. איך בין בכלל נישט בא'הווה'נט אין די זאכען און מסתמא כאטש די ערשטע פאר טעג וועט עס זיין גוט צופלויגען, אבער מ'קען פראביערען דא.
http://kolhuoilomkiloy.jconserv.net/index.php




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/8/2006 00:31 לינק ישיר 

זע איך אז אין שכינות'דיגן פארום ווי עמיצער מיט'ן ניק פון מרדכי-בן-דוד'ס העברעאישן ניגון "אפשר לתקן" זיך זייער מתמרמר הלמאי די היידפארק פירערשאפט ווערט דא קריטיקירט -בלשונו,"ללא סיבה צודקת הם משמיצים באופן מבהיל את הנהלת ההיידפארק רק בשביל ה"חטא" של הגנה על החוק!"

אביסל טשעקאווע וואס קריכט אזוי אויף די באריקאדן אנצונעמען זיך אויף דער קריוודע פון הנהלת היידפארק פאר'ן שיצן "אויפן געזעץ." הא?... תוקן על ידי - menchele - 17/08/2006 0:37:19



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2006 00:37 לינק ישיר 

ס'נישט דא קיין שום סיבה זיך צוקריגען מיט די בעל הבתים דא, עכ"פ ביז ווי לאנג מיר גייען נישט ענדגילטיג ארויס.
איך האב געמאכט א פראבע, אויב איינער דא קען זיך בעסער אויס אין די זאכען און וויל זיך פארשלאגען זיין הילף, ער איז העפליך איינגעלאנדענט.
איך האב דאס געעפענעט ביי JCONSERV.NET
קען איינער א בעסערע פלאץ?
איך פארשטיי אז ס'דארף זיין א מעגליכקייט צו מאכען א קרוצערען URL  אן די JCONSERV
ווי אזוי טוט מען דאס?
אויב דער עולם וויל צושטעלען, איז דא א מעגליכקייט אריבערגייען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/8/2006 01:40 לינק ישיר 

איך האב שוין געשריבן איינמאל, און איך זאג עס קלאר נאכאמאל, מיר האבן די נושא שוין אדורכגעטון לאורכה ולרחבה, און זיך אויך אדורכגערעדט מיט אסאך קלוגע אידן. עס איז דערווייל נישטא קיין אלטערנאטיוו פאר היידפארק. און מיר האבן נישט קיין שום סיבה אוועקצוגיין. אפילו ווען עס וועט זיין, ווייס איך נישט אויב מען דארף אוועקגיין, נאר אויב זיי וועלן אונז באמת רודפ'ן. ביזדערווייל האבן זיי זיך זייער שיין צוגעשטעלט. דאס אז איין ניק האט מיט זיי א פראבלעם, כאטש איך פארשטיי אויך נישט זייער שטעלונג, אבער דאס מיינט נאכנישט אז זיי רודפ'ן אונז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2006 22:04 לינק ישיר 

מענטשעלע
איך האב מיך צוגעשטעלט. זעהט אויס די עולם איז נאך נישט רייף דערצו.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/8/2006 00:42 לינק ישיר 

זיי האבן לחעצטענס חוסם געווען אסאך פון אונזערע מעמבערס און ניקים צוליב יוסף90 וואס האט געמאכט בלבולים אויף אונז און זיי פאדרייט די קאפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2006 00:55 לינק ישיר 

אדאנק,וואסא.

יע, מיר וויסן. וואזשע זאלן מיר אבער טאן אז דאס יונגווארג פארשטייט נישט דערצו?

אגב, דו האלטסט נישט אז "תפוז" איז בכלל פיל געשמאקער?  תוקן על ידי - menchele - 22/08/2006 0:57:41



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2006 02:39 לינק ישיר 

וואס איז מיט כיכר_העיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2006 11:56 לינק ישיר 

מענטשעלע
פיל געשמאקער ווי היידפארק צו פון אן אמעריקאנער זייט?
די ווירטשאפט אין תפוז איז טאקע פיל געשמאקער אבער דא האט איינץ צו צוויי מעלות וואס דארט נישט. ווען ס'אונליין און ס'לויפט נישט ווי א קראנקע טשורופאכע.
איך נוץ פיירפאקס. ווען מ'מאכט הסתר תגובות און נאך דעם מ'עפענט אן אשכול אין תפוז טאנצט די סקרין עטליכע מינוט ביז ס'עפענט זיך אלע תגובות.
טשעט ארבייט נישט אין פיירפאקס. און נאך.
אין IE זיינען ביידע, היידפארק און תפוז אנגעלאדענט מיט סקריפטס.
איך האב מיין פארזיכערונג אזוי אויסגעשטעלט אז ס'דארף מיר פרעגען פאר ס'לויפט א פקריפט אדער אן ACTIVEX
מילא אין היידפארק דארף איך נאר קלאפען צוואנציג מאל ניין פאר איך קום אן, אין תפוז אז מ'ערלויבט נישט די סקריפטס עפענט זיך בכלל נישט די בלאט.
נאך די אלע זאכען, האלט איך אז תפוז איז נאך אלץ בעסער אבער
איך האלט צו יעדענפאלס אז אונז דארפען זיין אויף אן אמעריקאנער סארווער.
אונז וועלען האבען מער א געמיינזאמע שפראך מיט אנשטענדיגע אמעריקאנער גוים ווי מיט פרימיטיווע מיטל מזרחישע קליינע קעפ וואס זיינען אויפגעהאדעוועט מיט צענזאר און ווייסען נישט פון דעמאקראטיע צו מענטשען רעכטען.
איך גלייב נישט אז אזוינס וואלט פאסיערט מיט אמעריקאנער.
תוקן על ידי - wassa_dif - 29/08/2006 11:58:19



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/8/2006 20:35 לינק ישיר 

וואסא,

איך גלייך פשוט דעם תפוז-אויסשטעל. צום ביישפיל: ווען עמיצער ענטפערט עמיצן, זעט מען גראד אויף וועלכער תגובה ער באציט זיך - אנדערש ווי אין היידפארק, וואו אלעס לויפט גלייך אין איין שורה.

דיין באצייכענונג וועגן די "פרימיטיווע מיטל מזרח" קעפ איז געווען מיין היינטיגער מילתא דבדיחתא פאר'ן ארבעטן, ובכן - נאדיר א פארשטיי-מיר-זיך-אויפ'ן ווינק:  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אן אלטערנאטיווע צו "היידפארק"?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext