| נשלח ב-20/8/2006 21:42 |
|
| |
דער איד פאנגט אן געבן קאוורעדזש פאר בעלז!!!
נאך א רינגעלע אינעם קייט פון להחזיר עטרה ליושנה.
די זאלי צייטונג דער איד האט די לעצטע פאר וואכן אנגעפאנגען צו געבן גוטע קאוורעדזש פאר בעלז, און די רעדאקציע פון איד האט איינגעפירט א נייע פאליסי אז דארף זיך אנפאנגען חנפ'ענען צו די בעלזער חסידים.
ווי באקאנט פלעגט דער איד אלעמאל רופן דעם מאכנובקער רבי'ן מאכנובקע-בעלז, אבער לויט די נייע פאליסי האט זיך דאס געסטאפט, און די לעצטע פאר וואכן רופט מען דעם מאכנובקער נאר מאכנובקע.
אויך פלעגט דער איד אלעמאל רופן הרה"ג ר' שלמה גראס שליט"א, דומ"צ דקהל מחזיקי הדת. אונטער די נייע פאליסי רופט מען אים דומ"צ בעלזא. דאס זעלבע איז מיט הרה"ג ר' יעקב יצחק ניימאן שליט"א פון מאנטריאל וועמען זיי האבן אנגעפאנגען רופן דומ"צ בעלזא.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2006 21:46 |
|
| |
די וואך האט די המחנה החרדי א הערליכע באשרייבונג איבער'ן רבי'ן זי"ע, בעל דברי יואל, אונטער א קעפל צדיק כתמר יפרח, באגלייט מיט זעלטענע בילדער ומכתבים.
האט עס עפעס א שייכות?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2006 22:09 |
|
| |
[איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער רעדנדיג איבער שינויים אין דער איד, האב איך באמערקט די וואך א יסודות'דיגער שינוי, זיי האבן געהאט די חוצפה צו רופן דעם רבי'ן זי"ע אלס בעל דברי יואל!!! דאס איז אינעם עד פון די חברה קדישא וועגן כ"ו אב...]
יעצט איבער דעם ענין פון בעלזא, האב איך גראדע געהערט פאר אפאר וואכן צוריק אז א גרופע פון 10 אדווערטייזערס, בעלזא חסידים, האבן ארויסגענומען אלע עדס פון דער איד, און זיי געמאלדן אז ביז זיי זעען נישט קיין שינוי לטובה אינעם צוגאנג צו בעלז, וועלן זיי נישט אדווערטייזן אין איד, און לויט ווי איך האב דעמאלט געהערט איז די הויפט טענה געווען איבער מאחנובקא-בעלזא, ווי עס קוקט אויס האט דער בויאקאט געהאלפן, און דער איד האט זיך געבראכן!
ווער ווייסט וואס נאך מ'קען פון זיי ארויסבאקומען פאר געלט....
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2006 18:55 |
|
| |
דאס האב איך באקומען אין אישית: "פרעג דיך נאך וועסטו געוואויר ווערן אז זלמן לייב'ס שנור האט א דזשאב ביי ילד וילדה וואס ווערט אנגעפירט פון איינעם איגל פון די הויפט קנאקערס אין בעלזא, און דורך אים (און איר) איז געקומען צו א שטיקל פארשטענדעניש איבער א נייע פאליסי לגבי בעלז אין דער איד"
קען עס אפשר איינער קאנפוירמען????????
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2006 19:06 |
|
| |
רחמנא ליצלן ווי די דורות פאלן זיכער איז דאס פון די זאכן וואס האלטן אפ משיח פון גיין אויף זיין וועג אונז אויסלייזן.
ווער האט געגלויבט ווי ווייט מען קען זיך דערקייקלען, אזש אז "דער איד" זאל אנהייבן שרייבן "בעלזא" אנשטאט "מחזיקי הדת".
מחאות מוזן פארשפרייט ווערן. און זאל דער חרדי'שער ציבור, אנשי ה' לאזן הערן זייער וויי געשריי אויף אזא חרון אף ה'.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2006 19:09 |
|
| |
ווארשיינליך באדערט דיר אז זיי שרייבן נישט "בעל ויואל משה". אויב האב איך נישט קיין טעות איז צו מיר אנגעקומען דער קונטרס איבער די נייע וויליאמסבורגע מוסדות און דארט שטייט אויך איבער דעם "בעל דברי יואל".
|
|
|
|
|