בית פורומים כל העולם כולו

סיגעטער גרייטן צו אטאקעס אויף מוסדות וומ"ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/8/2006 17:48 לינק ישיר 
סיגעטער גרייטן צו אטאקעס אויף מוסדות וומ"ס

אויסער אלע טעראר וואס די סיגעטער פייניגן אויס די וויליאמסבורגער מוסדות, און אלע שטיקלעך וואס זיי לייגן אונטער די פיס, האב איך געהערט פון א קראנטע מקור אז זיי גרייטן זיך שוין אן מיט גרויסע פלנער נאכן עפענען פון די מוסדות. דעס וואס מהאט געזען די לעצטע פאר וואכן, ווען יעדן טאג האמיר אונז געהאלטן אין איין פארלירן בילדינגס און איינגעשטעלטע... איז א זשאוק אויף וואס זיי גרייטן צו נאך די עפענען די מוסדות. יעדן טאג גייען זיי קומען אויף היידפארק און מאכן נייע מעשות, וואס זייערע קעלבעלעך גייען ארומלויפן פארציילן מיט א ערנסקייט אין די גאנצע שטאט (האבן ענק געהערט די נייעס לעצטענס וואס אלע סיגעטער ווייסן אז די רבי איז קעגן די התמנות פון וויליאמסבורגער רב...?), און אזוי גייען זיי טרייען צו קלאפן די מאראל פון די עולם. למעשה איז זייער נאריש צו שרייען יעדעס מאל וואס זיי מאכן א מעשה "אה נאו", און אזוי איז דא מענטשן וואס גלייבן נאך זייערע נארישע מעשות. פארדעם שרייב איך עס דא אז מזאל וויסן פון פראנאויס זיך נישט צו דערשרעקן פון זייער ליגנטס מאשין.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2006 02:01 לינק ישיר 

אגב. לויט ווי די סיגוטער ווארענען יעצט איז דער שפיל ווייט פון פאראיבער, זיי האבן נאך אסאך סורפרייזעס גרייט פאר אונז ביי די שטאט. אונז קען מיר נאר איין זאך זאגן, WAIT AND SEE...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2006 02:00 לינק ישיר 

א פלא פון א זאך. סאטמאר מסר'ט און מסר'ט, און ס'פאסירט גארנישט פאר קיינעם. די סיגוטער ווייסן נישט אפילו וויאזוי מ'מסר'ט, און ווי מאדנע, אן וואס זיי זאלן עפעס זאגן אדער טון זענען שוין איבער צוואנציג יונגעלייט און בחורים ארעסטירט געווארן, און יעדער איינציגער אינספעקטאר אין די גאנצע שטאט ווייסט פונקטליך אז סאטמאר האט געעפנט מוסדות און בויט א ביהמ"ד...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2006 22:33 לינק ישיר 

ביז יעצט זענען זיי געווען פארנומען מיט אויסארבעטן די פלענער וויאזוי און וואס צו מסר'ן די סאטמארע מוסדות (וואס ווער עס איז באקאנט ווייסט אז דא רעדט מען פון נישט פון קיין זאכן וואס קומען ארויף פון פשוט'ע אינספעקציעס, נאר דורך אינערליכע שרעקליכע מסירות און אויסטערלישער פאליטישער דרוק, כלי"ח).

יעצט ווען דאס איז זיי שוין ענדליך געלונגען, נאך אסאך מיה און הארעוואניע, און שמירן וואו מען דארף, וד"ל. גייען זיי זיך לכאורה צוריק נעמען צו זייער אלטן מיטל פון פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע און קלאנגען אויף יעדן טריט און שריט וואס נאר מעגליך.

זיי ווייסן אבער נישט וויפיל שטארקער די סאטמארע חסידים פרייען זיך אז מען איז פטור געווארן פון די רשעים קליקע, מיט די פיזישע פראבלעמען וועט זיך סאטמאר שוין אן עצה געבן, סאטמאר האט שטארקערע פון זיי שוין איבערגעלעבט, אבער ברוחניות זענען מיר שוין ב"ה גענצליך באפרייט פון רשעים און עמי הארצים !!!

און מיט די אלע טעראר מיטלען טוען זיי נאר פארגרעסערן אונזער שמחה, ב"ה !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סיגעטער גרייטן צו אטאקעס אויף מוסדות וומ"ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext