בית פורומים כל העולם כולו

ברוך דיין אמת ר' מנחם בן ר' יוסף אייזיק קאהן ע"ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/8/2006 19:26 לינק ישיר 
ברוך דיין אמת ר' מנחם בן ר' יוסף אייזיק קאהן ע"ה

א ביטערע עקסידענט האט פאסירט היינט צופרי אויפן ראט. 52 אין דעירילענד
ווי עס איז טראגיש אומגעקומען האברך החשוב ר' מנחם בן ר' יוסף אייזיק קאהן ע"ה
איבער לאזנדיג נאך זיך א שטוב פון 12 קינדער

מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2006 22:51 לינק ישיר 


א אינטערסאנטע זאך האט נעכטן זיין שווער ר' דוד ארי' פרידמאן פארציילט ביי זיין הארצרייסענדען הספד, אז דער נפטר איז געווען א טאג בעפאר, זונטאג כ"ו אב ביים ציון הק' אין קרית יואל, דערנאך איז ער אריין צו רבינו שליט"א ווי ער האט פארברענגט מיטן רבין איבער א האלבע שעה, אין דערנאך האט די רבי איהם אנגעווינטשן אז ער זאל האבן פרנסה בריווח, האט ער געזאגט פארן רבין אז אויף פרנסה דארף ער נישט קיין ברכה, ווייל זיין מאמע תחי' האלט איהם אויס, נאר ער וויל אז די רבי זאל איהם אנווינטשן א ברכה אויף 'תורה ויראת שמים'.
 
חבל על דאבדין. א טייערע תלמיד חכם געווען, מחבר געווען עטליכע ספרים. מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די. ובלע המות לנצח, אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/8/2006 20:07 לינק ישיר 


Ellenville - A 46-year-old man died this morning from injuries suffered in a car crash at 9 a.m. at Route 52 and Milk Road. The victim was transported to Ellenville Regional Hospital, where he died from his injuries. Ulster County Sheriff's Office investigators were still at the scene at noon. No further information was available.
זיין טאטע ר' יוסף אייזיק ע"ה פון לאס אנדזשעלעס איז געווען פון די גרעסטע שטיצער פון סאטמאר אלע יארן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/8/2006 19:41 לינק ישיר 

ער האט געוואוינט אין קליוולאנד אהייא

ער איז געווען אן איידעם ביי ר' דוד ארי פריעדמאנן נ"י, פון בארא פארק

זיין טאטע ר' יוסף אייזיק ע"ה איז געווען א שוואגער מיט ר' ישראל דוד ווייס ע"ה פון קרית יואל





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/8/2006 19:34 לינק ישיר 

ברוך דיין האמת.

ווער איז דאס ?

אויב איך מאך נישט קיין טעות, איז ער אפשר א מגיד שיעור ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/8/2006 19:34 לינק ישיר 

ברוך דיין האמת! רחמנא ליצלן! תוקן על ידי - ווארהייט - 21/08/2006 19:45:12



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברוך דיין אמת ר' מנחם בן ר' יוסף אייזיק קאהן ע"ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext