| נשלח ב-23/8/2006 01:39 |
|
| |
פריש: סיגעטע קאמפיין צו אנרופן נייע מוסדות "בני אהרן"
ממש אט יעצט האבן די סיגעטע אנגעהויבן מיט א פרישע פריוו ווי אזוי צו אין דער ערד לייגן די נייע מוסדות, איך ווייס נישט צו אונז זעמיר אזוי ביזי מיט די מוסדות ווי זיי, זיי גייען אראפ פון זינען, א כלל, נעמליך מ'גייט אנפאנגען א מאסיוון קאמפיין צו ארויפלייגן א שפעט נאמען אויף די מוסדות, "בני אהרן".
די נייעס איז ממש פריש, עס האט זיך אנגעהויבן 5 מינוט צוריק.
די ערשטע שריט איז געווען צו עפענען א נייע אשכול מיטן קעפל "מוסדות בני אהרן", דארט שרייבט דער שרייבער א לאנגע מגילה מיט ממש גארנישט, קיין שום חדשות, קיין הענט קיין פוס, אבער דער עיקר איז אז יעדע דריטע ווארט איז "בני אהרן", עס האט שוין 10 תגובות, און יעדער דארט ארבעט פעסט מ'מאכט זיכער צו שרייבן ווי מער די ווארט "בני אהרן".
וואס האלט דער עולם וועט זיך עס איינגעבן ווי למשל "קווינס" קעמפ/ישיבה, אדער "סאסמאן" כולל?
זאל מען זיך צוטאן מאכן און אנפאנגען א קאמפיין מוסדות "בני זלמן"?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2006 02:03 |
|
| |
מאך זיך נישט נאריש.
נישט פון יעדן משוגענעם דארף מען זיך וויסנדיג מאכן.
פאר די סיגוטער ליגט גוט אין די ביינער די מעכטיגע אויסרופן פון צענדליגער בחורים "העלפט
אויפבויען די סאטמארע מוסדות אין וויליאמסבורג", און נאך אויפן וועג צו דעם 'טמא'נעם' אהל
וואו מ'האט געלייגט דעם טאטן פון דעם וואס האט שוין אריינגערוקט בלויז דעם זומער העכער 200
פונט געאסר'טע בהמה פלייש.
אויך זענען זיי ממש צעיושעט פון די אבנארמאלע הצלחה און סיעתא דשמיא פון די סאטמארע מוסדות
אין וויליאמסבורג, וואס האבן אין אפאר חדשים אהערגעשטעלט אזוינס וואס קיין מענטש אין דער
וועלט וואלט נישט געגלייבט אז מ'קען אזאנס אהערשטעלן אין אזא קורצע צייט! סיי דער סטעף,
רוחניות ווי גשמיות, און סיי די בנינים און דער אומגלויבליכער ציפער פון 3,000 קינדער בליעה"ר!
עס איז נאך קיינמאל אין די היסטאריע נישט געעפנט געווארן קיין מוסד אויפאמאל פאר
דריי טויזנט קינדער!, און זיכער נישט אין אזא קורצע צייט.
אודאי טאנצן זיי ארויס פון די הויט, און זוכן אלערליי וועגן עס אונטערצוברענגען.
אבער מיר האבן שוין די אלטע הבטחה פון רביה"ק ברך משה זי"ע, לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר
קדשי!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2006 02:16 |
|
| |
יעדער טאנצט טאקע פאר שמחה אז מ'ווערט פטור פון די וועלכע גלייבן אין די עבודה זרה פונעם טענטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2006 04:39 |
|
| |
מטאנצט אזוי שטארק, אז די דאך קומט שיעור נישט אראפ אין קווינס קעמפ.
נישט אומזינסט טרייט מען אלע וועגן צו ארויסלאזן פאלשע שמועות, און שטערן אויף יעדע וועג וואס
מקען, פשוט ווייל מטאנצט פאר שמחה אדער יסורים.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2006 05:28 |
|
| |
מיר דארפן זיין שטאלץ מיטן טיטל בני אהרן מיר איז א גרויסע זכיה צו זיין א בן - אהרן
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2006 06:31 |
|
| |
א מענטש איז דאך נאר א מענטש, איך בין געווען נייגעריק וואס טוט זיך עפעס ביי אונזערע סיגוטע ברודער?, איך שפאציר אהין איך וויל זעהן ווי די סיגוטער גייט זיין ראש השנה, יו"כ, סוכות, אא"וו, איך גיי פון אשכול צו אשכול איך זעה נישט גארנישט, אלעס איז וועגן אונזערע מוסדות און אונזער רבי, און אונזער ביהמ"ד.
אונז באקום מיר פרייע דעקונג ביי די שונאים.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2006 19:19 |
|
| |
איך זעה שוין יא א אשכול פון ימים נוראים איז עס אויך יעדע צווייטע ווארט "ארוינים"
און אונז זעמיר די וואס שימפען..... הא...הא...הא....
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 02:19 |
|
| |
קישקע, בני אהרון פאסט זיך זייער גיט פאר ענק, ווייל סאטמאר זענט איר נישט, זענט איר דאך "בני אהרון". אין פאר אינז איז "קווינס ישיבה/קעמפ" א "בעדזש אוו האנאר"!!!!! פרעג נאר א תלמיד חכם וואס זיכט א שידוך פאר זיין טאכטער! אין דאס אז עס הייסט נאך דעם נאמען פין געגענט, איז זייער נארמאל. געדענקסט נאך "סענדס סט."? ווי אזוי ריפט מען ענקער ישיבה, נישט " מאנרא ישיבה"?
אין "סאסמאנס כולל" ריפט מען נאר דא אויף הייד פארק ביי ענק, דאס אלעס. אין די וועלט הילעכט אפ דער ריכטיגער נאמען "כולל ויוא-ל משה"!
ווארהייט, אפילו פאר א דזשויק שרייבט מען נישט "טמא'נעם אוה.....", דאס ווייזט ווי שטארק די האסט געהאלטען פין ביידע רבי'ס וואס ליגן דארט!!! אזוי ווי די האסט דיך אויס געדריקט ביי די לווי-ה " ביי אינז איז ער שוין טוי.. 7 יאר"!
די מאכסט אויס זעהן ענקער אויף שטעלען מוסדות אין א פאר חדשים, ווי ממש ניסים מן השמים. פינקט ווי די ציונים ביי די כ"ח מלחמה. וואטס די ביג דיעל?! געלט האט איר דאך. נעמט מען אויף הינדערטער ארבייטער, מען ארבייט אויף קעסל און כלים, אין מען גרייט צו מוסדות! פארגעס נישט, איר האט זיך ארויס געלאזט אויף א וואן וועי סטריט. איר קימט שוין נישט צירוק צו אינז, ב"ה. אין אז איר וועט נישט ציגרייטען מוסדות, וועלען דאך די 2200 קינדער בליעה"ר נישט האבן ווי צו לערנען! מיזט איר דאך ארבייטען מיט מסירת נפש דאס צו ענדיגען! דאס איז אייער טרייב קראפט. אין אוודאי איז עס נאך קיינמאל נישט געוועהן, ווייל נאך קיינמאל האבן זיך 2200 קינדער קעה"ר נישט געטראפען אין די גאס! אין איר האט שוין 3000 קינדער, אזוי איר האט אין מאנרא 700 בחורים! פארשטיי מיך גיט, מיר גייט עס נישט אן וויפיל איר האט. פין מיין זייט האב 20000. אבער פארדריי נישט דעם קאפ מיט שקרים, וואס די אליינס האט ניטעמאל אנגעפרעגט. איך ווייס עס פאר א פאקט, אז נאר 2200 קינדער האבן זיך נישט צירוק איננגעשריבען! איר וועט מן הסתם האבן נאך אביסעל פין אנדערע מוסדות, אבער אפשר א צוויי-דריי הינדערט. מאקסימום וועט איר אנהייבן דאס יאר מיט 2500 קעה"ר! נישט קשה פאר א נייע מוסד.
אבער נעמענדיג אין באטראכט אז נאר 25% פין סאטמאר זענען ארוינים, אזוי ווי מען זעהט קלאר פין די נאמבערס, אין אזוי ווי מיר האבן אלס געוויסט, איז דאס פאר ענק גאנץ א גיטער ציפ! אין מיר האבן אלס דעם קיין שום סיבה נישט צי זיין ציאשעט!
אין ב"ה ביי אינז איז קיינער נישט ציאשעט. אדרבה, מיר זענען זייער פרייליך. לאמיך דיך פרעגען, די מיינסט אז מיר ווילן אייך האבן ביי אינז אין די מוסדות?!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 02:29 |
|
| |
צוקער זיס, דו וועסט שוין היינט נישט באקומען דיין פעיראל. האסט שוין פארגעסן וואס ווילי יונג
האט אנגעזאגט אז אויף היידפארק מוז מען יא שרייבן 3,000 קינדער?
און אגב, 82 האט היינט 9 טויזנט קינדער? אזוי קומט אויס פון דיין 25% חשבון.
און ישר כח פארן ארויסברענגען דאס וואס אלע סיגוטער טראגן זיך ארום צווישן זיך כדי צו מחזק
זיין, אז סאטמאר גייט האבן מאקסימום 1000 קינדער, צווישן די שורות זעט מען אז דו שרייבסט אויך
אזוי.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|