| נשלח ב-23/8/2006 19:49 |
|
| |
סקול דיסטריקט וואלען מארגען
מארגען ה' שופטים קומט פאר א רעפענדרום איבער צו מען זאל ליעסן א בילדינג פאר די סקול דיסטריקט
איינער א חכם האט שוין ארום געשיקט א צעטיל אויף פאסט אן קיין אדדרעסס פון ווי ס'קומט ווי ער וויינט דערויף...
דער עולם ווערט געבעטן צו גיין מארגען שטימען YES אין עזרת חולים פון 12 ביז 8
א דאנק
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2006 03:17 |
|
| |
די חברה זענען דאך אזעלכע רשעים אז מ'קען עס גארנישט באגרייפן.
זיי האבן טענות פארוואס מ'מאכט עס אויף א 'פריוואטע' נאמען און נישט אויף די שטאטישע נאמען.
איי, אויב ס'איז אויף די שטאט'ס נאמען קען מען דאך מאכן אינעם עתיד שרעקליכע רוחניות'דיגע
פראבלעמען, כידוע ליודעים?
אבער טאקע דאס ווילן זיי, זיי ווילן קענען אנווייזן אין עטליכע יאר ארום אז ס'איז דא
פראבלעמען מיטן פאבליק סקול, און די 'ווייטע אויגן' פון ר' אברהם לייטנער וואס איז גרייט צו
מטמא זיין דעם גאנצן שטעטל אבי ער זאל בלייבן גערעכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 21:01 |
|
| |
ביז אהער
האסט נישט גוט פארשטאנען
די סטעיט גייט נישט באצאלען די גאנצע רענט
סאיז נאר אזוי
אויב איז דא א ליעס ווי מען דארף באצאלען חודשליכע רענט באצאלט די סטעיט געוואנדען לויט וויפיל די פרייז איז (זיי באצאלען נישט די גאנצע זיי געבן נאר צושטייער)
אויב גייט עס אויף באנדס דאן געבן זיי לויט וויפיל קינדער עס זענען דא אין דעם דיסטריקט וואס אין קרית יואל איז דא זייער ווייניג (און עס זאל זיין אייביג נאר ווייניגער) קינדער
קומט אויס אז מען וועט קענען ארויסשלעפן פון פעטער סך מער געלט ווען עס גייט דורך א ליעס און סוועט אויסקומען ביליגער פאר די שטייער צאלער
ועל כולם אז די מוסדות וועט שטארק הנאה האבן דערפון
אפילו פיני וויל נישט וועט ער מוזן צושטייער געבן פאר ועד הקריה
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 05:17 |
|
| |
געשמאק, ריזיג!
איין זאך פארשטיי איך נישט פון וואס העבר אין שרייבט, דו שרייבסט אז בערנאדא האט געזאגט אז די
שטאט גייט באצאלן די רענט, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז ס'גייט גארנישט קאסטן פאר קיינעם
אין די טעקס, ווייל די שטאט באצאלט עס.
אויב אזוי ענטפער גלייך, די גאנצע וואוט איז נאר א געים, באמת גייט די שטאט סובסידייזען די
רענט, אזוי אז ס'דארף קיינעם נישט אנגיין וויפיל ס'קאסט, ווייל די קרית יואל'ער איינוואוינער
גייען עס במילא נישט באצאלן.
איז דאס ריכטיג?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 04:27 |
|
| |
פעשי, ס'קוקט אויס אז דיין טאטע איז געווען פון די וואס האבן געשטימט No ביים סקול דיסטריקט.
דער הייליגער רבי זי"ע האט געזאגט ווער ס'וועט שטימען No וועט האבן קראנקע קינדער...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 03:46 |
|
| |
אייער רבי ווערט ביי מיר גערופן שוין יארן דער "סקול דיסטריקטער" רבי
שמו נאה לו.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 03:38 |
|
| |
פיני יאקאבאוויטש האט יעצט ארומגעקאלט אין שטעטל מיט ווייטאג אז מען זאל שטימען ניין נישט צו דערלאזן יחידים (ועד הקריה) בויען דעם נייעם בילדינג.
פיני קום שעפעלע, איך וועל דיר געבן נאך א פעקעלע סטיקערס
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 02:25 |
|
| |
נאכאמאל
ביטע זען צו גיין שטימען מארגען ווי אויך זען אז די בני בית מיט די קינדער זאלן גיין שטימען
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 01:27 |
|
| |
לויט זיי האט די רבי ז"ל געמיינט גאר א צווייטע זאך מיט די איסור אויף בחירות, און בכלל די גאנצע גרעדעכסט פון יהרוג ואל יעבור איז ביי זיי נאך אינטער פראגע צייכען, זייט די גאנצע מהפכה אין בני ברק ווען זיי זענען אריין אינעם טריפענעם בג"ץ,
פרעג פעשי90 ער וועט דיר זאגען פינקטלעך וואס די רבי ז"ל האט געמיינט דערמיט..
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 01:16 |
|
| |
זיי לערנען 'יהרג ואל יעבור'
מיינט לאמיר הרגנען די וואלן און די פראפעזישאן זאל נישט דורךגיין
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 01:02 |
|
| |
איך האב א קאמפליצירטע שאלה
מעג מען גיין צו די בחירות מארגען?... סי דאך יהרוג ואל יעבור...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 00:49 |
|
| |
סארי!
כא נישט באמערקט
זאג האבן נישט די אלע חאלאזען פון שאפינג צענטער הנאה פון וועד הקרי'?
למשל א פיש סטאר וואס וואלט געווען ווען א פריוואטע מענטש איז דער לענלארד דארט? ער וואלט שוין לאנג געפלויגן פון דארט
אוודאי האב איך הנאה פון די געדאנק אז 100% קרית יואל וועט ביישטייערן פאר וועד הקרי'
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 00:40 |
|
| |
פאטאקי
איך האב געשריבן די תגובה נישט ברענג נייעס
למעשה,
עס איז קלאר אז די ווילידזש ארבעט פאר גאנץ קרית יואל, אבער וועד הקר'י איז אויסשליסליך לטובת
קהל יב לב, אדער סאטמאר, אדער חסידי רבינו שליט"א רוף עס וויאזוי דו ווילסטו
דער פאקט איז אז די זאליס, בני יואל, און אלע שלעכטיקייטן אן ספעציעלע נעמען זענען גרייט
שטענדיג הנאה צו האבן פון די ווילידזש פון איין זיייט, אין די זעלבע צייט שטעכן די ווילידזש
דעריבער צו זיין זאך איך, פלוץ יפלצון, יא וועד הקרי' גייט בויען א בילדיניג פארוועם די סקול
דיסטריקט - וואס גאנץ קרית יואל צאלט טעקט - וועט באצאלן טעקס, און די פראפיטן וועלן גיין פאר
סאטמאר, קהל יטב לב, בנשיאות רבינו שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 00:28 |
|
| |
העבר אין
נאך א זאך וויל איך דיר אויסבעסערן
100 פראצענט קרית יואל האט הנאה פון ועד הקריה און אסאך הינזיכטן ווי שאפינג צענטער אויף פארעסט און אויף בעקערטאון עפארדעבל האוזינג און נאך.. נאר 65% האט מער הנאה דערפון
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 24/08/2006 0:57:07
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2006 00:25 |
|
| |
העבר אין
ישר כח
איך לייג נאר צו
דאס ווייסט יעדער און זיי אויך אז פאר די סקול דיסטריקט און פאר די שטייערצאלער קומט עס אויס סך ביליגער
וואס ס'ארט נאר זיי איז אז די מוסדות הק' בפרט און קרית יואל בכלל וועט מאכן געלט דורך דעם
ווי יענער האט געזאגט שטעך מיר אויס א אויג אבי יענעם שטעכסטו אויס צוויי
באדעם ליין יעדער זאל זען צו גיין מארגען שטימען YES
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 24/08/2006 0:56:36
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2006 22:51 |
|
| |
לויט ווי איך האב געליינט דער רעקארד קומט אויס אזוי
וועד הקרי' וועט רעכענען 37.7 אין דרייסיג יאר
צו פארקויפן באנדס וועט קאסטן 32.8 אין דרייסיג יאר
קומט אויס א חילוק פון 5 מיליאן - מיינוס 100,000
איז 5 מיליאן צוטיילט אין 30 יאר קומט אויס 167 טויזענט א יאר
167 טויזענט צוטיילט אין 3000 איינוואוינער אין קרית יואל קע"ה קומט אויס 55 דאלער א יאר
קומט אויס אז דער גרויסער ירגזון רעדט מען פון 55 דאלער א יאר חילוק
יעצט אז מען וועט צולייגן דעם פאלגענדן פארגראף פון דעם רעקארד
Because of a funding formula factoring in the high number of parochial students in the
community, Kiryas Joel would have gotten minimal state aid for the project if it had built
the school itself, Benardo said.
If it leases, the district will likely get a comparable amount of state aid to subsidize
the rent, he said.
וואס דאס מיינט, אז איז גאר מעגליך אז די סטעיט וועט געבן מער ווי די 167 טויזענט דאלער א יאר
פאר רענט אנשטאט פאר די באנד
[די סיבה איז, אז די סטעיט גייט לויט די צאל קינדער, און אין קרית יואל, לערנען אין סקול
דיסטירקט קנאפע 220 קינדער וואס קרוב צו העלפט קומט פון מאנסי און אנדערע מקומות, ממילא לויט
די צאל קינדער קומט אויס די הילף זייער ווייניג ביי א באנד]
יעצט אז מען לייגט צו נאך א פאקט
ביי א באנד [ א באנד איז א הלואה, וואס די פעדעראלע, אדער סטעיט רעגירונג, און אפילו לאקאלע
קערפערשאפטן גיבן ארויס, און אפילו פריוואטע פירמעס, גיבן באנד, וואס איז א הלואה מיט פראצענט
וואס ווערט פעליג ביי א געוויסן זמן] איז דער פארדינער דערפון, ווער עס קויפט די באנד, רוב
מאל פרעמעדע און מן הסתם גוים, און אין אונזער פאל וועט עס זיין וועד הקרי'
און דער בעסטער חלק איז, אז סקול דיסטריק פארטרעט גאנץ קרית יואל, און וועד הקר'י שטייט
אונטערן רבין שליט"א, אין אנדערע ווערטער 100 פראצענט קרית יואל וועט צושטייער געבן פאר 65
פראצענט קרית יואל
טא, פרעג איך אייך, פארדעם אליין לוינט נישט צו שטימען יא
 |
|
|
|
|
|