נאך 12 טעג קומט שוין אן די הוסטארישער טאג וואס די הייליגע מוסדות גייען זיך עפענען און גאנץ וומ"ס רעדט מען פון דעם טאג סאטמארע אידן זענען בשמחה אז די גרויסע טאג דערנענטערט זיך ווי מ'גייט לעבן א בנינין פון די נייע מוסדות זעהט מען הונדעטער ארבעטערס בויען מ'לייגט פלארס מ'לייגט שידראק מ'פעינט מ'לייגט ציגל מ'לייגט פענסטערס מ'לייגט נייע לעקטערס אין ציט איבער די לעקטער פונעם גאנצן בנין מ'מאכט די פלאמינג מ'לייגט אריין א קאך מ'גרייט צו עס זאל'ן מ'ארבעט אויפן ביתי מדריש פאר די צאן קדשים מ'מאכט טישן אין בענק מ'גרייט צו א שפיל פלאטץ פאר די קינדער און נאך און נאך.... קרוב צו א טויזנט ארבטערס ארבעטן אין אלע בנינם אינאיינעם נעכטן 12 באנאכט האב איך געזעהן ווי פון איין בילדינג האט מען אוועק געפירט דריי באסעס מיט ארבטערס עס איז אימבאשרייבליך די ארבעט וואס ווערט דא אריין געלייגט און די קורצע צייט פון צו שטעלן אזא גרויסע מוסד ווי אויך ווערט איינגעקויפט הונדערטער סאפלייס פאר די בתי מדרשים פאר די לאנטשרום'ס פאר די קאך פאר די אפיס'עס פאר די חדרים און אלע צו געהערן פאר די מלמדים/טיטשערס טויס פאר די קליינע קינדער און נאך הונדערטער זאכן
אנשי שלוימנו ווינטשן הצלחה פאר אלע עסקים במלכת הקודש באמונה הכונו!! הכונו!! הכונו!!
תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 23/08/2006 22:07:32
נשלח ב-24/8/2006 21:43
פעשי דאס האסטו בעסערע חשבונות
איין נוסח זאלי "עמעס'דיג"
וויליאמסבורג האט 23,598.85 אין 82 פון דעם האבן די אהרונים 758 קומט אויס אז די סאטמאר האט 3
פראצענט קעגן די זאליס 97 פראצענט
אבער פעשי די ווייטאגליכע "אמת" וואס דו ווילסט נישט הערן איז דאס פאלגענדע
זאלי האט שוין א תלמיד תורה אין קרית יואל קנאפע "דריי" יאר, נישט דרייי טעג און די נאמבערס
אין קרית יואל איז אזוי
סאטמאר האט 5800+
בני יואל 1050
זאלי 750 מיט די ישיבה קטנה
5800 + 1050 + 750 = 7600
אין פראצענטן זענען די נומערן ווי פאלגענד
סאטמאר 76%
בני יואל 13%
זאלי 9%
די איבעריגע צוויי פראצענט צוטייל וויאזוי די ווילסט
וואס לויט דעם קומט אויס דער קאלטער טרוקענער סך הכל, אז נאך דריי יאר אהבה מוסתרת, נאר דריי
יאר האבן מיליאנערן, נאך דריי יאר וואס מען האט אייגענע מוסדות האט מען נישט מער ווי 9.8
פראצענט, איך וועס אנרופן 10 פראצענט
אבער ווען סאטמאר האט נאכנישט געפענט קיין מוסד, איז פעשי'לע אליין מודה אין 2150 וואס טראץ
וואס ער לייגט צו 82 צו 9500 איז עס נאך אלץ 23%
פרעג איך דיר איז זאלי נישט קיין זיגער
אגב, איז אויף קלאר, אז פון קרית יואל וועט נאך ארויסגיין - חוץ וואס מען וועט נאך פארשיקן -
עטליכע פראצענט, אבער די אמת'ע נומער וועט נאך אלץ בלייבן בערך 65% פראצענט פאר סאטמאר און די
איבעריגע 35 פראצענט צוטיילט צווישן בני יואל, זאלי, טאהש, תולדות אהרן, ברעסלאוו
אבער אין וויליאמסבורג וועט בפשטות נאר אין יאר זיין 4000 קינדער קע"ה
נשלח ב-24/8/2006 20:48
פעשי פארשטייסט אליין אז פונעם מעלדונג ביזן קלאוזען די רעגיסטראציע איז געווען סך הכל א פיר פינעף וואכן
אויסער דעם וויל נישט יעדער אריינשפרינגען אין א נייע זאך די ערשטע
אויסער וואס אסאך אירע (איבערהויפט ביי די בית רחל) ווילן נישט אוועקגיין פון די חברותא איידער מען זעט מי ומי ההולכים
און אויסער דעם וואס מען דארף באצאלען מער שכר לימוד
אויסער דעם וואס מען האלט נאך אינמיטן ארבעטען אין די בילדינגס
אויסער דעם וואס סהייבט זיך אן אינימטן א זמן (ביי די יונגלעך)
אויסער דעם וואס מען דארף סוויטשען פון איין מלמד צום צווייטן פון איין מנהל צום צווייטן פון איין תלמוד תורה צום צווייטן פון איין חברותא צום צווייטן פון איין טאג אויפן אנדערן אן קיין יום טוב אינצווישן
אויסער וואס עס איז נישט די שטאטישע חדר
אויסער דעם וואס מען נעמט נישט אן יעדען
און מיט דעם אלעם קוק ווי מען האלט!!! קרוב צו האלב
איך קוק עס אן אז ווען נישט די טאטעס האלטן עס שוין נישט אויס פון די מערדערליכע באהאנדלונג פון די סיגעטע וואלט נישט געווען די ערשטע זמן אזויפיל
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 24/08/2006 20:50:36
נשלח ב-24/8/2006 05:54
תיקן טועת 7900 אן די ישיבה קטנה די ישיבה גדולה איז נישט אריין גערעכנט
די % 43 קעגן 57
האב איך גערעכנט ביידע מיט די ישיבה קטנה
נשלח ב-24/8/2006 05:19
דיינע נאמבערס שטימען נישט, די ישיבה קטנה אליין איז נישט קיין 800 בחורים.
דו האסט זיכער געמיינט צו זאגן אלע ישיבות צוזאמען, די קליינע מיט די קווינס ישיבה.
אבער דעמאלטץ דארפסטו רעכענען אויך די סאטמארע ישיבה גדולה, וואס איז נאך 630 בחורים.
איי, ס'איז דא דארט בחורים פון איבעראל? אין קווינס איז אויך דא פון איבעראל.
נשלח ב-24/8/2006 05:11
82 האט געהאט מיט די ישיבה קטנה 8400 אן די ישיבה קטנה איז בערך 7600
סאטמאר האט יעצט 3167 אן די ישיבה קטנה מיט די ישיבה קטנה אלע תורה'ס איז דא איבער 450
3167 450 = 3567 דאס מיינט 43 פראצענט קעגן 57 פראצענט.
תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 24/08/2006 5:17:55
אין ווילאמסבוירג האלט מען קוים צוויי חדשים פין די מעלדינג מ'האלט שוין ביי 40 פערצעינט 3,200 וואס זעהט מען פון דעם פעשי?
תוקן על ידי - wassa_dif - 24/08/2006 15:39:25
נשלח ב-24/8/2006 03:51
אט אט אט אט אט אט קומט דער היסטארישער טאג וואס איך ווארט שוין זינט חוה"מ פסח תשנ"ט, אז די חסידים פונעם בני אהרן רבי וועלן ארויסיאגן פון די הייליגע מוסדות וואס דער רבי זי"ע האט אויפגעשטעלט. אט אט אט אט אט אט וועט יעדער סאטמארער חסיד זעהן אז דער באלאן וואס די אהרונים האבן ארויסגעשאסן מיט 7 יאר צוריק אז זיי האבן רוב ציבור, האט געקראכט, און זיי פארטרעטן אפשא א דריטל ציבור פון סאטמאר אין וומ"ס. אט אט אט אט אט אט וועט יעדער זעהן ווי דער געוועזענער קרית יואל'ער רב דארף זיך באגעניגן נאר מיט א דריטל פון סאטמאר ווימ"ס, ער האט געוואלט די גאנצע אין ער באקומט א דריטל.