בית פורומים כל העולם כולו

ביליגע דירות אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2006 04:38 לינק ישיר 
ביליגע דירות אין קרית יואל



איך האב געטראכט א איידיע ווי אזוי מען קען צישטעלן ביליגע עפערדאבעל דירות אין קרית יואל
אין עס זאל אנהאלטן פאר לאנגע יארן דהיינו מען זאל יעדע דריי יאר בויען 250 עפעראבעל דירות "אויטאמאטיש וועט די דירות פרייזען פאלען"
 {מער ווי 250 עפערדאבעל דירות יעדע דריי יאר פעלט נישט אויס לענ"ד}

קודם א הקדמה
קר"י אידן דארפן וויסען ,אז זיי שפארן זיך איין ידעדס יאר א שיינעם סכום, וואס די וומסב"ג אידן צאלן פאר טראנספראטעשין פאר די קינדער אין די מוסדות
אזוי אויך שפארן זיך די קר"י אידן איין א שיינעם סכום וואס די בארא פארק אידן גיבען פאר קרן הבנין פאר די מוסדות,
אין קר"י זענענן די צוויי התחייבות'ער נישט דא

איך וואלט פארגעשלאגען אז מען זאל יא ארויפלייגען די התחייבות אויף די תושבי קר"י
אבער נישט פאר די מוסדות, נאר פאר דירות!!
דהיינו פין היינט מאל אן זאל יעדער צאלן נאך 1000 דאלער א יאר TAX
דאס געלט זאל אריינגיין אין א פאנד וואס איינמאל אין דריי יאר גייט מען עס ניצען,

ווען איבער 3000 מענטשן צאלן יעדעם יאר 1000 דאלער איז דא נאך דריי יאר א קאסע פין איבער.ניין- מיליאן  דאלער
אין דאס זאל אנגיין פאר די קימענדיגע יארן, דהיינו איינמאל אין יעדע דריי יאר גייט מען אפציעל האבן- צען- מיליאן-דאלער  וואס גייט נאר פאר עפארדעבאל האזונג

דאס וועט זיין א געניג שטארקע כח אינטער ציברענגן טייערע דירות פרייזען אין קר"י

למעשה, האלט איך אז יעדער איינער וועט וועלן צאלן די 1000 דאלער
ווייל אדער ווער אליינס הנאה האבן דערפין, דהיינו זיין רענט- אדער דירה וועט זיין היבש ביליגער
אז נישט וועלן זיינע קינדער.אין קינד'ס קינדער הנאה האבן דערפין יעדער איינער וואס וועט נאר וועלן דינגען אדער קויפן א דירה פאר זיך אדער פאר די קינדער וועט זיך מחי'ה זיי דערפין

כדי להסביר את האוזן, שטעלט אייך פאר ווען גדלי סעגעדין האט ווען איצט צען- מיליאן- דאלער וואס דערמיט קען ער סיינן קאנטראקט מיט עני גרויסע דעוועלעפאר פאר ביליגע דירות??
אין דאס זאל זיין אויפן דאט איינמאל יעדע דריי יאר!! וואלט נישט דראמאטיש געפאלן די דירות פרייזן אין קר"י???

איך וואלט געוואלט זען וואס דער עולם זאגט דערצי תוקן על ידי - שלמה_שמש - 25/08/2006 4:45:26



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 06:56 לינק ישיר 

ווילידזש פלאן ארויף, ווילידזש פלאן אראפ. למעשה האלט עס ערגעץ אדער ס'איז סתם באבקע מעשה'ס?

די ארגאניזאציע 'אנ"ש' האט איינאמאל ארומגעשיקט אפליקאציעס בערך א יאר צוריק, און אביסל שפעטער האבן זיי ארומגעשיקט א אינטערוויו וואס זיי האבן געהאט אדער געזאלט האבן מיטן מעיאר הרה"ח ר' אברהם ווידער בנוגע ווי עס האלט מיטן פלאן.

זינט דעמאלטס האבן זיי נאר אינסטאלירט ביימער, און אריינגעלייגט שכח'ס, מז"ט, און ניחום אבלים'ס אין 'דער בלאט' און דאס איז עס. און אין די זעלבע צייט ווערן פארקויפט דירות יעדן טאג פאר טייערער און טייערער.

אויב איז דא עפעס אן ערנסטן פלאן ברויך דער ווילידזש האלטן דעם עולם מער אפדעיטעד און אינפארמירט. כפארשטיי אז מען קען נישט קומען יעדן טאג מעלדן אז מ'האט געטון דאס און מ'האט גערעדט וועגן יענץ, אבער מענטשן אנשי שלומינו וועלכע זענען נישט אינטערעסירט זיך צו קריגן אדער העצן, ווערן צוביסליך אנגעווייטיגט און די רעזולטאטן וועלן קענען אויסקלאפן אין א אומבאקוועמע צייט.

ליבערשט זאל די הנהלת הקריה קעיר נעמען פון די פראבלעמען יעצט ווי איידער צו ווארטן ביז נאך וואס זיי כאפן א מעסעדזש. עכ"פ אויב איז דא עפעס א פלאן און זיי האבן מיט וואס צו בארואיגן דעם עולם און ווייזן אז מ'טוט עפעס, לוינט זיך זיכער נישט צו שווייגן און לאזן מענטשן ווייטאגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 06:39 לינק ישיר 

א ווילעדזש קען נישט טון אלעס וואס א דעוועלאפער קען טון, וד"ל. אויב דער ווילעדזש איז שוין בעסער דער יעצטיגער פלאן, כאטש ס'האט נאך עטליכע לעכער וואס מ'האלט אינמיטן אדרעסירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 05:54 לינק ישיר 

די איינציגסטע וועג אראפצו האלטן די פרייזן איז נאר דורך די פלאן פון די ווילעדזש

ווייל עפארדעבל דירות וועט זיין פאר ווער ס'וויל ביליג
און ווער סוויל האבן אלע באקוועמליכקייטן ווי צובויען טוישן די בלוי פרינט יעדן צווייטן טאג ועוד ועוד וואס דאס איז די גרעסטע אוםפאראויסגעזענע עקספענס פונעם בילדער זאל טאקע באצאלען וויפיל סקאסט
און דער בילדער וועט מוזן צושטעלן פאר ביידע

זה נהנה וזה לא חסר

און דאס קען מען נאר טוהן דורך א געזעץ
ווייל קיין איין בילדער אדער אינוועסטאר איז אינטערסירט און ביליגע דירות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 05:09 לינק ישיר 

וואס איז שלעכט מיט די פלאן וואס די ווילידזש האט, אז יעדע דעוועלאפער וועט דארפן געבן א באשטימיטע צאל דירות פאר לאו אדער מידעל אינקאם??

איך האלט אז עס איז מער פראקטישער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 05:01 לינק ישיר 

די טעקס זאל מאכען די  ווילעדזש

במציאות גייסטע האבן אין 10 יאר ארום פיל פיל  מער ווי צען מיליאן דאלער
ווייל דאן גייען שוין זייין אין קר"י איבער 4000 "דירות" אין צוואנציג יאר פין איצט גייט לכאורה זיין איבער000 6דירות וואס גייען צאלן יעדעס יאר 1000 דאלער, {יעצט איז דא נאר איבער 3000}
אזוי אויך זאל די טעקס וואקסן מיט א קליינע פרצענט פין די אינפלעשין ,במשך די יארן
די טעקס זאל גיין פער דירה, נישט פער משפחה, אויף דעם אופן קען עס זיין לעגאל

}איך פארשטיי נישט פאר וואס די זאגסט, אז אויב די ווילעדזש  גייט עס בויען, קען עס נישט זיין עפערדאבעל?
}איך פארשטיי נישט פאר וואס צען מיליאן דאלער קעש, נאר פאר די טרעקטער איז אויפן באדען, זאל נישט היבש אויסמאכען אויף די פרייז?!

}אין בכלל אויב מען וועט וויסען אז יעדע דריי יאר גייט זיין נאכאמאל עפערדאבעל דירות
וועט עס נישט אויסמאכען אויף די פרייז וויפל א דירה זאל בכלל קאסטן  אין קר"י?!

באמת, ווייס איך אויך אז אזא פלאן איז מער חלום ווי מציאות,
איך האלט אבער אז עס איז כדאי אריינציקיקען דערין




תוקן על ידי - שלמה_שמש - 25/08/2006 5:52:26



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 04:48 לינק ישיר 

ווער זאל מאכן דעם טעקס? די ווילעדזש אדער די ועד הקרי'? אויב דער ווילעדזש גייט מאכן דעם טעקס וועט קיינמאל נישט ווערן פון דעם קיין עפארדעבל, אויסער וואס לכאורה קען דער ווילעדזש בכלל נישט מאכן אזא טעקס לעגאל. און אויב דער ועד הקרי' וועט עס מאכן וועט שוין נאר האלב שטעטל צאלן (רעכן אראפ סיגוטער, בני יואל, ווערטהיימער, ענד סאו אן), וואס וועט בכלל נישט ברענגען קיין לעזונג. אפגעזען פון דעם אז פון צען מיליאן דאלער וועט מען אויך נישט האבן קיין סאך, אפילו היינט וואלט שווער געווען עפעס צו טון דערמיט, כש"כ אין צוואנציג יאר ארום.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ביליגע דירות אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext