צוגרייטונגען צו חתונה הגדולה אריין און ערשטע פאזע
יעצט איז אנגעקומען א ריזיגע מאביל וואס וועט דינען די נייע היים פאר די השבת אבידה שטיבל וואס ווערט אנגעפירט דורך העסקן הדגול הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו די מאביל ווערט יעצט אראפגעלייגט אויפן רעכטן זייט פון ביהמ"ד די אלטע שטיבל גייט מען אוועק נעמן צוזאמען מיטן גאנצן בנין צו מאכן פלאץ פאר די צוגרייטונגען פאר די גרויסע חתונה בבית רבינו שליט"א תיכף נאך די ימים טובים אי"ה
|