בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פיעיערלעשער קולות - צו וואס??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/8/2006 20:06 לינק ישיר 
פיעיערלעשער קולות - צו וואס??

אסאך מאל פלאצט מיין געדולד, און איך גיב זיך דא אויס...

איך פארשטיי דאס באמת נישט.. אפשר קען מיר איינער דאס מסביר זיין? ווען א פאליציאנט אדער אן אמבולאנס יאגט זיך צו א סצענע, וועלן זיי אנצינדן די לעקטערלעך און לעמפלעך, און די קארס וועלן זיך געווענליך רוקן פאר זיי מיט דרך ארץ. נאר ווען א קאר שטייט זיי יא אין וועג, אדער ווען זיי קומען אן צו א טרעפיק לייט, וועלן זיי געבן א פייף, אדער אנצינדן די סירענעס פאר א צוויי-דריי סעקונדען זיכער צו מאכן אז אלע אויטאס געבן זיי דעם פולן רעספעקט, און זיי קענען רואיג אדורכשניידן דעם רויטע ליכט, א.א.וו. און דאן וועלן זיי צוריק פארמאכן די קולות.

משא"כ די פייערלעשער, פון די סעקונדע וואס זיי פארן ארויס צו א קאל, ביז זיי קומען אן, צינדן זיי אן די סירענעס – וואס שטייגט איבער די אנדערע סירענעס אלף פעמים – אויפן העכסטן פארנעם, און דערצו לייגן זיי אריין די פייפערייען פון זייער הארן וואס גריצלט און לעכערט די אויערן – אפגעזעהן צי דער ראוד איז פול מיט קארס אדער עס איז ליידיג פון א נפש חי; נישט קיין נפק"מ פאר זיי צי דאס איז 3:00 נאכמיטאג ווען די גאס איז פול מיט קארס און באסעס, אדער 3:0 פארטאגס ווען די גאנצע וועלט איז פארזינקען אין א טיפן שלאף און מ'זעהט נישט קיין קאר ווי ווייט די אויגן קענען זעהן... זיי קענען איין זאך: פייפן אן אויפהער, זיכער מאכן אויפצואוועקן די גאנצע שטאט מיט באנומענע קולות וברקים, אז מ'קען שיער פון זינען אראפגיין!

וואס איז פשט דערפון? מה נשתנה פייערלעשער מכל הלעלוס?!




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/8/2006 20:30 לינק ישיר 

דאס איז איין אינטערסאנטער אויפפאסונג, וואס איך האב קיינמאל נישט באמערקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2006 21:57 לינק ישיר 

1) א פייער איז בדרך כלל זייער מסוכן נישט פאר איין מענטש נאר עס קען זיין א סאך מאל אז א גערויסע עולם איז אין א סכנה 2) און עס איז א זאך וואס עס צושפרייט זיך און יעדע סעקנט איז וויכטיג.
משא"כ ביי א אנבולאנס רעדטס זיך עס פון איין מענטש וואס איז אין א סכנה, און רוב מאל איז עס נישט אן אמערדזשענסי, פרעגטס עני הצלה מעמבער וויפיל מאל רופט מען פאר שטותים און וויפיל מאל רעדט זיך עס פון עפעס ערענסט.
די זעלבע זאך מיט א פאליציאנט רוב מאל איז עס שטותים.
אויב עס וועט זיך רעדן פון א אמערדזשענסי וועלן אלע פארן מיט די זעלבע שנעלקייט און די זעלבע קולות, דו"ק ותשכח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2006 04:29 לינק ישיר 

די סיבה איז צו בארואיגן די מענטשן אינעם הויז. אויב ס'איז פארכאפט מענטשן אין די ברענענדיגע דירה און זיי ווערן פארצווייפלט קענען זיי טון געוואגטע זאכן, ווי ארויסטאנצן פון א פענסטער אד"ג, דעריבער פייפט דער טראק פון ווייט אוועק און דאס בארואיגט אביסל דעם דערשראקענעם. יה"ר שלא נדע.
שלמה זלמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2006 20:57 לינק ישיר 

שמעק_טא'

דו וואנדערט זיך אויף פייפען. און איך וואנדער מיך וואו איז אהין געקומען דער גלאק?

א גרויסער פעמון פלעגט אמאהל זיין באהפטן צו יעדען רויטן וואגן.אין סגעווען א  ספעציעלער כיבוד וועלכער פון די פייער גבאים פלעגט ציעהן דעם שטריק פון דעם גלאק. סהאט געמוזט זיין עפעס א מיוחס מיט קנעפלעך, ווי א סגן טשיף 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2006 21:03 לינק ישיר 

לעצם הדברים האלט איך אז שלמה זלמן איז גערעכט

דעם מקור פון דעם מנהג איז טאקע פון דעם.

ח"ו ווען סדא אשריפה אין שטעטל דארף איעדערער וויסן, צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבוא

ר"ל מהאי שעתא, (חוץ אם נחוץ לצורך פרנסה כידוע)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2006 23:47 לינק ישיר 

די אמת'ע סיבה איז ווי פאלגענד,
אמאל איז א דארפסמאן אנגעקומען אין שטאט, און ער הערט אז מ'בלאזט מיט טראמפייטערס, און באמערקט אז עס האט אויסגעפלאצט א פייער, (און פארשטייט זיך אז אז פון אלע זייטען זענען מענטשען געלאפען מיט עמערס פיל מיט וואסער אויף אויסצולעשען).
דער דארפסמאן וואונדערט זיך אויף די שטאטס לייט, עס פלאקערט און זיי זינגען מיט טראמפייטערס, גייט ער צו צום בלאזער און פרעגט אים וואס איז פשט פון זיין שמחה, ענטפערט אים יענער, אז אזוי פירן זיי זיך ווען עס ברענט א פייער, מ'בלאזט מיט א טראמפייטער און מ'לעשט אויס די פייער.

טראכט צו זיך דער דארפסמאן, א גאונ'ישע עצה, ער גייט דאס אויך איינפירען ביי זיי אין דארף, און ביי די קומענדיגע פייער איז די דארף כמעט אינגאנצען פארברענט געווארען...

פירט אויס די דובנע מגיד, "אשרי העם יודע תרועה" און אין מדרש שטייט "וכי אומות העולם אינם יודעים להריע, אלא שיודעים לרצות את בוראם, ובמה, בתרועה, דהיינו בתשובה", עס איז נישט גענוג די בלאזען מיט די שופר, די עיקר איז די הרהורי חרטה און די חלק התשובה.


לזכר פון די מעשה בלאזען זיי לאורך כל הדרך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פיעיערלעשער קולות - צו וואס??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext