בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

א טענה אויפן ארויסגעבער פון שבחין אסדר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/8/2006 21:45 לינק ישיר 
א טענה אויפן ארויסגעבער פון שבחין אסדר

פארגאגענע וואך רעדט זיך מיר אויס א כולל איגערמאן,
איך גלייך נגינה אבער אין מיין מצב קען איך מיר נישט ערלויבן צו קויפן צו אפט,
עכ"פ לעצטענס זע איך אדווערטייזט א טעיפ "שבחין אסדר - אזוי ווי יודען פלעגן זונגען אמאל"
מיט א אלטע בילד פון א פארצייטשע גרייז-גרויע זקן,
ס'האט מיר אויסגעקוקט זעלבספארשטענדליך אז דא האנדעלט זיך פון א שלל פארצייטישע לידער,
ס'האט זיך ערוועקט און מיר א שטארקע נאסטעלעגיע, און כ'בין אריין און געשעפט, גענימען די סי די
געזוכט דערויף די רשימה פון ניגונים , אבער.. נישט געפונען גארנישט.
מילא איז נישט, וועל איך קלוגער ווערן און אפאר מינוט, כ'צאל 15 דאלער וואס איז ביי מיר לגמרי נישט איבעריג.
און דאן  האט מיר אפגעווארט א שטארקע  אנטוישונג...
ס'האט איגאנצן פיר (!4) ניגונים,
איינס א חזנות שטיקל
נעקסטע ,באבאוע קה רבון
דערנאך צוויי דורכשניטליכע "נאטינג ספעשל" משה גאלמאן ניגונים...
דעטס איט!
זאגט ער ווייטער, אפילו נניח ס'איז א נארמאלע זאך ארויסצוגעבן א טעיפ פון 4 אויסגעדראשענע ניגונים און בעטן דערפאר "טאפ פרייס". פארוואס שרייבט ער נישט דעמאלס אויפן דעקל די אינהאלט פונעם טעיפ, אזוי ווי 90 פראצענט טעיפס?
אויב האלסטו ס'איז נארמאל וואס באהאלט איר עס?
איך וואלט עס דאך קיינמאל נישט געקויפט, איז עס נישט אבק גזל? אונאת ממון?

ע"כ פונעם שמועס,
אגב, איך פרזענליך האב עס קיינמאל נישט געהערט.





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 00:54 לינק ישיר 

וועלכע צור משלו? פישל האט נישט קיין שום פלעהנער ווייטער צו מאכן. צו פיל קאפ ווייטאג. אפשר ווילסטו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2006 18:02 לינק ישיר 

איך ווארט שוין בכליון עיניים פאר נעקסטע (צור משלו!!! - אפשר).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2006 17:16 לינק ישיר 

הָ הַ! יישר כח יוסעלע. פארוואס האסטו געווארט אזוי לאנג מיט די געוואלדיגע ווערטער. דאס איז בעצם וואס איך האב געווארט פאר. איך האב נאך אין פלאן צו מאכן א שנעלע מיקס פון נאר די מוזיק און אפשר א פאר באגלייטן. וועט זיך אסאך מער ארויס ווייזן וואס ליגט דארט און אויך די טיף קייט פון די sound but I want be able to upload it any way עס זענען דא פארשידענע שטיקלעך וואס זענען באהאלטן אונטער די קולות אויך שטיקלעך וואס פישל האט געהייסן אראפ נעמען... למשל ביי די פזמון פון קה ריבון ווי די solo violin שפילט האט מען מתחילה געמאכט מיט אן עכטער acordian



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2006 16:36 לינק ישיר 

איך האב אן אייפאד אנגעשטאפט מיט נגונים אין מיין קאר, אבער "נאר" שבחין אסדר שפילט, כמעט זייט איך האב עס, עס איז א טעיפ וואס ווערט נישט נמאס, און ווען איך זאג איינעם אז עס איז ס"ה קאמפיוטערייזד מוזיק, גלייבט מען מיר נישט. איך האב נאך אזיין רעקארדינג אין מיין לעבן נישט געהערט (הגם א חלק איז צופארדאנקען די מחברים פון די נגונים, וואס רובם זענען פון פריערדיגן דור און פריער). איינער וואס זאגט אז ס'איז נישט ווערט וויסט נישט וואס ער רעדט, איך וואלט דערפאר אויך געצאלט 30 דאללער אויכעט. תוקן על ידי - יוסעלע - 05/09/2006 16:38:14



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2006 06:49 לינק ישיר 

UFO's don't exist?!?          1 
  I thought I saw one the other day cruising down 13th ave, the windows were open Eli Gerstner was blasting out of the speakers , and a few weird looking dudes were slurping down energy drinks,,,,,,,,,,,,, hmmmm    quite the muzakel experience




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2006 19:34 לינק ישיר 

This is unbeliveable!!     the advertising companies LOVE this guy!!    here he is saying that he saw an advertisment that had a picture of an old man, and that said " songs of old" and based on that he went and bought the tape and now he is dissapointed.

hmmmmm.... you probably bought every diet pill on the market as well, right?

please be a little more diligent when making your purchases and stop complaining about your blunders.

P.S. those energy drinks you hear about dont really give you that much energy, a durecell battery does NOT run forever, OJ Simpson DID do it, UFO's do not exist...........                                    I




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2006 07:46 לינק ישיר 

די מיינסט מן הסתם דעם טעיפ: http://www.mostlymusic.com/lchaim-chasidishe-oitzros-volume-p-2947.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2006 06:26 לינק ישיר 

לא תחמוד און קרוץ מחומר איז די ניגון פון יאסעלע ראזענבלאט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2006 03:07 לינק ישיר 

יישר כח פאר די קאמפלעמענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2006 01:27 לינק ישיר 

די איינציגע ריכטיגע טענה וואס איך זע דא איז אז ער וואלט געדארפט שרייבען אויפן טעיפ א רשימה פון ניגונים.

ווייל פון טעיפ אליין האב איך זייער הנאה געהאט, ספעציעל פונען ניגון אזי בשלישי וואס מיינע פעטער'ס זינגען דאס יום טוב נאך ווען אין בין געווען א קינד.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2006 20:17 לינק ישיר 

נאך א טעות וואס קען פאסירן אלגעמיין למשל טייכמאן'ס נייע טעיפ אחדות. עס שטייט מוזיק ארענשד ביי ח.י. גאלדמאן. אבער עס שטייט נישט וואס פארא מוזיק מ'האט גענוצט. ווער ס'האט געהערט שבחין אסדר אדער די חגים וזמנים טעיפס אדער טייכמאן'ס פריערדיגע טעיפ אני מאמין קען מיינען אז דעי מוזיק איז אזוי ווי דעי מוזיק, ס'האט דאך עס געמאכט דער זעלבע מענטש. דערווייל איז אויף אני מאמין פון טייכמאן געוועהן טייל פון hi quality samples און טייל לייוו כלי זמר. משא"כ אחדות קומט די מוזיק פון א YAMAHA PSR 540 און עס איז זייער שיין פאר דעם טעיפ אבער א טעות האסטו געמאכט. ווער איז שילדיג? טייכמאן איז נישט מחייב צו זאגן פונטקלעך וואס מ' האט גענוצט. -------------- איך האב נאר גענוצט דעם אחדות טעיפ אלס א משל - ווער ס' האט קינדער אין ד' היים קען רואיג קויפן דעם טעיפ עס לערנט אויס מידות טובות און ליכטענשטאדטער זינגט דארט נאך שענער ווי אויף די אלע טעיפס וואס ער האט ביז יעצט געזינגען. עד כאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2006 19:17 לינק ישיר 

אז די ווילסט קעןנסטו קוקן דער אויף אזוי:

קה ריבון האט בערך 18 פעלע

אזי בשלישי האט בערך 26 פעלע

ווי פיל פעלע האט א געווענליכעע ניגון?

עס איז דא פון (און רוב זענען) 2, 3, 4.

די גרעסערע זענען 5, 6, 7.

א טעיפ מיט 10 נגונים למשל פון 3 פעלע קומט אויס 30 פעלע. תוקן על ידי - happyjew - 29/08/2006 19:19:26



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2006 19:08 לינק ישיר 

יישר כח זיידי פאר די ווארימע ווערטער. מ'קען פארשטיין א מעלה פון נישט שרייבען די ניגונים אויף'ן קאווער, מענטשען וועלן פסקנען שנעל - בעעעע, ס'האט נאר 4 נגונים?! סתם א ג.... אבער אז מ' הערט עס זעהט עס אויס אנדערש. אונס האבן באקומן זייער אסאך גוטע גריסן פון דעם טעיפ. (כ'האב נאר נישט אלעס געשריבן אין דעם אנדערן אשכול ווייל כ'האב נישט געוואלט צווינגען muzikal צו קויפן דעם טעיפ, עיין שם)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2006 05:45 לינק ישיר 

זיידי ביסט 100% גערעכט. בפרט אז מקען היינט אריינגיין אין יעדען  מיוזיק סטאר און אויסהערן די נייע טעיפס צו באקומען אן אהנונג פון וואס ס'האנדעלט זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2006 02:08 לינק ישיר 

אלס פיר ניגונים וואלט איך עס מן הסתם נישט געקויפט, איך האב עס אבער געקויפט צוליב דעם איין ניגון, דער וועלט באקאנטער קה רבון פון באבוב, וואס איך וואלט זיך געטרויט צו זאגן אז פון די אלע פארדרייעכצער, הארמאניס, און קונץ שטיק וואס אונזערע טאטעס און זינגערס האבן צוגעלייגט צום ניגון לענגאויס די דריי אדער מער צענדליג יארן וואס דער ניגון ווערט שוין געזונגען צווישן היימישע אידן (בעיקר מיין איך באבוב און סאטמאר, ווייל רוב אנדערע האבן זייערע אייגענע) וואלט מען שוין געקענט מאכן א גענצליך פרישן ניגון, האב איך צו זיך געקלערט אז אויף דעם טעיפ וועל מן הסתם הערן צום ערשטן מאל דעם אריגינאלן. למעשה איז טאקע כדאי צו הערן דעם ניגון וואס ווערט אין ערגעץ נישט געזונגען נארמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > א טענה אויפן ארויסגעבער פון שבחין אסדר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext