בית פורומים כל העולם כולו

שפיגעלע פון סיגוטער הצלחה...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/8/2006 02:23 לינק ישיר 
שפיגעלע פון סיגוטער הצלחה...

קומענדיג אזוי רואיג פון דער ארבעט, האב איך באשלאסן צו כאפן א געמיטליכן שפאציר אויף היידפארק, נעמענדיג מיין געווענליכע רוט בין איך אריינגעפאלן אויף אפאר מינוט אויך צו די סיגוטער, פארפאלן, תעלא בעידני' סגיד לי', יעצט איז זייער וואך, דאס איז געווען די וואך פון וואס זיי רעדן שוין עטליכע מאנאטן אז זיי גייען "איינעמען סאטמאר מיט א שטורעם". שפאציר איך זיך געמיטליך אזוי צווישן די אשכולות, איך ווער געוואויר אז דער סיגוטער האט די וואך געהאט 2,500 מענטשן ביים טיש (די זיראוס האבן זיי געבארגט פון מענדל שווימער'ס טשעק...), מיליאנען מענטשן ביים באגלייטן, אלע סיינס זענען געבליבן הענגען, זיין קאפ איז געבליבן א גאנצע צייט אראפגעבויגן און ער האט קיינמאל עס נישט אויפגעהויבן ביי מיסטעיק - פונקטליך אזויווי שמואל קאמפאט האט אים אויסגעלערנט, זיין "נועם המידות" שמייכל וואס יעקב בער האט אים ארויפגעפעיסט סטרעיט פון זיין לעפטאפ איז געבליבן דארט א גאנץ שבת, זיי האבן געמאכט מיליאנען ביים דינער, די סטעיק איז געווען פונקט גוט געגרילד. און אזוי ווייטער. בקיצור, איין לאנגע קייט פון סוקסעס, א הצלחה ממש חוץ לדרך הטבע, נאר אזאנס וואס די אלטע רעבעצין 'זכותו יגן עלינו' קען אראפשיקן פון אויבן. וואלט דאך געווען צו ערווארטן אז זיי זאלן טאנצן פאר שמחה פון זייער "משוגענעם" סוקסעס, אבער וואו וואס ווען, יעדע צווייטע ווארט איז שעלטן, שימפן, און ביזי ווי שטארק סאטמאר פלאצט יעצט. קען מיר עס עמיצער מסביר זיין? איז טאקע זייער הצלחה געוואנדן אין וויפיל סאטמאר שעלט? די מערסטע איז מיר געפאלן די פאלגענדע תגובה פון ווילי יונג, וואס איך מוז דא קוואוטן: אין מיין מיינונג איז דער גאנצער שבת געווען איין קייט פין דערהויבנקייט. אבער די הויך פונקטען פונעם שבת איז זיכער געווען די פאלגענדע דריי זאכן. די הכנסת ספר תורה וואס די לופט האט זיך געשפירט ווי שמחת תורה ביים טאנצען. רבינו שליט"א האט געטאנצען מיט א דביקות און אהבת התורה אז עס האט זיך אליינס געהויבן די פיס קוקענדיג אויף זיין צורה. מען האט בכלל נישט געדענקט ווי מען איז, די עסקנים האבן געמוזט ארום לויפן אדורך שטופן דעם ריזיגען ציבור זיי צו זאגן אז די הויז וואקעלט זיך. (נישט קיין גוזמא, אזוי איז געווען) שלש סעודות, דאס ערענסטקייט האט אנגעפילט די לופט, מען האט געאטעמט התרוממות, רבינו שליט"א זיצט אויבן אן ופניו כמלאך אלוקים, דורך די גאנצע צייט. ווי נאר מען האט געבענשט און געזאגט שבע ברכות האבן ארויסגעשטורעמט מאסן מענטשן צום באגלייטן, מען האט געמאכט צענדליגער מנינים מעריב אויפן גאס. דאס באגלייטן דעם רבין שליט"א איז געווען אומבאשרייבליך. א ריזן ציבור קעי"ה האט אנגעפילט די גאס. ווען איך האב ארויסגעוואקט פין ביהמ"ד ווילענדיג אראפגיין די סטעפס האבן מיינע פיס זיך אפגעשטעלט לויטן באפעל פונעם מח וואס האט נישט געקענט גלייבן וואס מיינע אויגן זעען. די גאס "שווארץ" פין מענטשן, ווען מיין מח האט שוין נאכגעלאזט די שטייפקייט פיס האב איך ווידער נישט געקענט וואקן צוליב די געדרענג. די גאנצע וועג צו די אכסניא פין רבינו שליט"א זענען געשטאנען הונדערטער קינדער אויף די רעכטע זייט מיט ברענעדיגע פאקלען, בחורים אינגעלייט טאנצען אנגעכאפט די הענט אין שורות אויפן ברייט פין די גאנצע גאס, עלטערע אידן מיט בעלי בתים וואקן נאך מיט די קינדער אויף די הענט, די דעכער פין די פאליציי קארס און פובליק סעיפטי קארס זענען פארוואנדעלט געווארן אין טאנץ פלארס (DANCING FLOORS), די גארביטש הייזער, די גרינע יוטילעטי בודקעס זענען באנוצט געווארן פאר פארענטשעס, א רחמנות אויף די ביימער און די לעקטער שטאנגען וואס זענען געווארן לייטערס, עטליכע חכמים האבן פרובירט זיך צו הענגען אויף די ווייערס פאר די לעקטערלעך... (איין ווייער האט זיך טאקע צוריסן און בחורים זענען געפלויגען...) אינמיטן וועג איז געווען סכנות נפשות נעבן רבינו שליט"א, רבינו שליט"א זאגט עפעס פאר ר' משה גבאי אין די אויער... און ר' משה גבאי האט זיך אפגעשטעלט "מען גייט נישט ווייטער ווילאנג מען מאכט אויף", די קווייער האט זיך אפגעשטעלט און דער מייק שרייט: עס איז סכנות נפשות, מאכטס אויף! אנקומענדיג אויף די טרעפ פין הרה"ח ר' שלמה מיכל ני"ו דרייט זיך רבינו שליט"א אויס צום ציבור און וואונשט אן: א גוטע וואך, א געזונטע וואך, מיר זאלן אלע זוכה זיין צו תשובה שלימה און א כתיבה וחתימה טובה. ווען רבינו שליט"א איז שוין אריין אין די אכסניא האבן אפאר הונדערט בחורים און אינגעלייט געמאכט א ריזן רינג און דאס טאנצען האט אנגעהאלטן פאר באלד א האלבע שעה. מי שלא ראה... [יפוער רב ז"ל מי יגלה עפר מעיניך, "מען וועט נאך ארויספירן דעם שווארצן אינגערמאן מיט שטעקענעס פין דא"... נישט אונז נאר טאקע זיי אליין אי"ה בקרוב בימינו] איר פארשטייט דעם מדרש פליאה? ער מוטשעט זיך אפצוטייפן א גאנצע תגובה, ער טרייט מיט אלע כוחות צו מאכן א מצב, ער זוכט ארויס פון אונטער דער ערד ווען עס איז אמאל אפשר געווען א ברעקעלע סוקסעס, ענדליך געענדיגט, ער ווישט זיך שוין די שווייס פון שטערן, און אופס... ווי קומט דא אריין דער מאדנער סוף?! א סעמפל פון סיגעטער הצלחה... אזוי קוקט מען אויס ווען מען פרובירט צו מאכן פון א דורכפאל א סוקסעס. תוקן על ידי - כל_העולם - 30/08/2006 21:20:21



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שפיגעלע פון סיגוטער הצלחה...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext