בית פורומים כל העולם כולו

סיגוטער דילעמא: נעמען באסעס פון סקול דיסטריקט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/8/2006 03:08 לינק ישיר 
סיגוטער דילעמא: נעמען באסעס פון סקול דיסטריקט?

אין די סיגוטער מוסדות רייסט מען זיך ארום, זאל מען יא נעמען באסעס פון סקול דיסטריקט אדער נישט? פון איין זייט טאר מען דאך נישט הנאה האבן פון די טריפה'נע סקול דיסטריקט, וואס איז פונקט ווי הנאה האבן פון די טמא'נע מדינה, און איז אסור ביהרג ואל יעבור ממש, כמעט אזויווי די ציוניסטי'שע קאורט, פון די אנדערע זייט האט עס דאך דעם סיגוטער'ס טאטע מתיר געווען אינגאנצן, און ער האט זיך ממש מוסר נפש געווען פאר דעם הייליגן מוסד וואס האט שוין געראטעוועט הונדערטער אידישע שטיבער בלי שום גוזמא. למעשה יעצט מוטשען זיך די סיגוטער מוסדות געפערליך, זיי האבן נישט קיין פרוטה ביי די נשמה, די גאנצע ווערטשאפט דארט איז א שיף אן א רודער, און יעדער דאלער דרוקט זיי שרעקליך. דער בודזשעט פון טראנספארטעישאן אליין איז קנאפע $400,000 יערליך, און איז א אסטראנאמישער סכום פאר אזא פיצעלער מוסד ווי די סיגעטער מוסדות אין קרית יואל. אבער דער משוגענער מיידלעך שטערן האקט אויפן טיש אז דער ברך משה איז געווען א כופר -רח"ל, און מ'טאר נישט נעמען קיין באסעס פון די טריפה'נע סקול דיסטריקט. דער סיגוטער אליינס ווייסט אויך נישט וואס צו טון, באמת וויל ער יא מ'זאל נעמען סקול דיסטריקט באסעס, וועט אים בלייבן מער געלט פאר סטעיק, אבער מיידלעך שטערן פארפירט דאך?! לכתחילה האט ער געהאט געזאגט אז מ'זאל פרעגן די טאטעס, אבער זעענדיג אז ביי די טאטעס שטייט ער שמאל, און פון די ארום 300 טאטעס איז דא א רוב קעגן, האט ער באשלאסן אז מ'גייט פרעגן די מאמעס, אפשר דארט וועט ער קענען בעסער מסביר זיין אז ער דארף האבן די איבריגע געלט פאר הייליגע צוועקן... אין די קומענדיגע טעג דארף אנקומען אויף פאסט די אנפראגעס פון די עלטערן אויב זיי ווילן יא נעמען סקול דיסטריקט באסעס אדער נישט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2006 00:59 לינק ישיר 

שטותים: פונקט ווי די איסור פון בג"צ איז נאר פאר די אהרונים, אזוי אויף די איסור פון סקול דיסטריקט
אז א שטיקל ויואל משה איז גארנישט, דאן א שטיקל קאשוי רב זיכער
די תירוצים איז אזוי אויסגעשטעלט פון מנשה פילאפף און ארויפ
איך מעג און די נישט !
קוק הרב ממ"ט פון מאנטריאל תשובה וועגען קארט, א קאפי פון י צ ס פון מאנרא ווארט ביי ווארט זייער גאנצער אויסשטעל איז מיר זענען די ערליכע במילא אונז מעגן און די נישט
היינט איז שוין קיינער נישט מחולק אז זייער גאנצער פשעטיל איז ליגענט און זיי אליין זענען מופרך
נאר דאס פריערדיגע תירץ, איז זייער זעלבסט ערקלערטע תורה דעה זאגער





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2006 22:35 לינק ישיר 

זיי צוטערן אז אויב וועלן זיי נעמען באסעס פונעם סקול דיסטריקט, וועלן די בני יואל'ע בלייבן אינדערהיים אינעם טאג פון די וואלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2006 21:43 לינק ישיר 

ווארהייט

איך קען דיר גאראנטירן אויב וועלן זיי נעמען סקול דיסטריקט באסעס
אפילו עס וועט שטיין קלאר ארויסגעשריבן אויף די באסעס סקול דיסטריקט מוסדות סיגוט

וועט מען נישט הערן אפילו איין מחאה

נישט פון לייטנער נישט פון קאשוי נישט פון מארגענשטערן
און אלתר משה וועט נאך ווייטער בלייבן זיצן אויבן אן ביים סיגוטער

אדרבה איך ווארט שוין לאנג אז זיי זאלן עס נעמען זאל מען ווייזן פאר די וועלט וואס די מוחים זענען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סיגוטער דילעמא: נעמען באסעס פון סקול דיסטריקט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext