היינט געדאוונט פאר עמוד. ווידער געקומען א איינער פון די מדליקין המהדרין מן המהדרין , געצונדן ליכט פאר נשמות הצדיקים פון ימות אביי ורבא ביז היינט.
איך האב געהאלטן אין מיטן די הויכע שמ"ע, איך רעדט שוין נישט דעם טירוף. אבער איך האב געפילט מעין עולם הבא... אין דעם הייסן חלק. וויפיל לעכט קען מען דאס פארנעמען צוועף אינטשעס פין פנים?
האטץ רחמנות!
נשלח ב-30/8/2006 02:07
לייג א צעטל "ביטע נישט צינדען מער פון פיר לעכט, עס מאכט שווארץ דעם (וואנט) פנים", אזא ווי אין חדר יחזקאל אין די גרויסע ווייס שול אין מאנרא, אידן ווילן זיין וואויל נאר מ'כאפט זיך פשוט נישט.
תוקן על ידי - קאמענטאטאר - 30/08/2006 2:09:31
נשלח ב-30/8/2006 00:38
איך פארשטיי.
אבער גראדע איז דאס מער מצוי ביי די פרייע וואס האלטען יארצייטען קומען אין שוהל דעמלאטץ אין צינדען ליכט.
נשלח ב-29/8/2006 23:26
Baachi
טראגסט ערנסטע דאגות.
נשלח ב-29/8/2006 23:13
עפשטיין
פרומע ביי מיר מיינט: איינעם וואס סאיז איהם שוין נמאס פון די אלטע מצוות. ער דארף דאך אבער האבן דעם מספר תרי"ג. טרעפט ער נייע מצוות.
למשל: חז"ל האבן געהייסן צינדן ליכט ערש"ק אין חנוכה, און דער גבאי צינדט צוויי ליכט ביי דעם עמוד.
ער האט א נייע מצווה פון יעדן טאג דריי אין צוואנציג לעכט. קעגן די כ"ב אותיות התורה אין פאר ר"ר מענדלי.