בית פורומים כל העולם כולו

כאפטס אריין, פריינד'ס זשעקוזי גייט זיך שוין צושפארן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/8/2006 06:38 לינק ישיר 
כאפטס אריין, פריינד'ס זשעקוזי גייט זיך שוין צושפארן

די קרית יואל'ער אידן וועלכע האבן נאכנישט געהאט די זכי' צו כאפן א שווים אין די הייליגע זשעקוזי פונעם סיגוטער זאל זייך געזונט, האבן נאך איין לעצטע געלעגנהייט צו גיין מיטהאלטן א באלערנדן שיעור פונעם סיגוטער אין די זשעקוזי ביי יעקב לייב פריינד אינדערהיים, איידער די זשעקוזי גייט אויף וואקאציע ביז דריי יאר ארום, ווען דער סיגוטער וועט לויטן פלאן קומען נאכאמאל באזוכן קרית יואל און טרייען צו האבן א בעסערע לאק ווי ביים יעצטיגן דורכגעפאלענעם באזוך. יעקב לייב פריינד אטעמט שוין אפ פריי, נאך די שווערע אנדערטהאלבן וואך וואס איבער 40 לאבוצעס זענען אפגעזעסן ביי אים אין שטוב און אין הויף, אוועקנעמענדיג זיין פריוואטקייט אין די זשיקוזי, און אנ'סרח'נענדיג דעם גאנצן ארום ביים גרילן סטעיק און פרענקפורטער'ס. ספעציעל דאנקט ער דעם אייבערשטן אז ער קען שויןם ענדליך צוריקטראגן אין ספרים סטאר דעם געבארגטן "ברך משה", וואס לויט ווי ער זאגט איז עס נאך שפאגל ניי, קיינער האט אין דעם נישט אריינגעקוקט, נאר עס האט א שטיקל גערוך פון צוגעברענטע סטעיק. ער האפט אז ס'וועט אים גארנישט קאסטן. די קרית יואל'ער אידן ווינטשן זיך קוים צו זען דעם קומענדיגן מאל ווען דער סיגוטער קומט אויף א באזוך, און די גאנצע שטאט איבערצייגט זיך אז סאטמאר איז 70% פון דעם עיר כלילת יופי, די שפיגעלע פון סאטמאר, און סיגוט איז נישט מער ווי קנאפע 13% פונעם שטעטל. קעניינעהארע...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כאפטס אריין, פריינד'ס זשעקוזי גייט זיך שוין צושפארן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext