איך בין דורכגעגאנגן אלע תגובות פון אסאך שרייבערס דא איבער די לעצטע 9 וואכן וואס די רעגעסטראציע איז אפען און אלע, כמעט ווי אפגעשמועסט, ניצן דעם "בערך 3,200 קינדער רעגעסטרירט" פון אפאר טעג נאכן אנהייב ביז היינט, א צייט פון כמעט 9 וואכן אן דעם וואס דער נומבער זאל שטייגן אדער זיך טוישן!
וואס איז אבער דער אמת??
דא איז א ליסטע וואס מען האט געשריבן לויטן דעיט:
7/04/2006
ווארהייט:
"איבער 1,500 קינדער זענען שוין איינגעשריבן געווארן ביז היינט"
7/06/2006
משמשבקודש:
"די פרי-רעגיסטראציע פון די נייע מוסדות האלט יעצט ביי:1814 אינגלעך 1278 מיידלעך" (3,092 צוזאמען)
טאראראם:
"ווייזט אויס אז דאס וואס ווארהייט האט געשריבן 1500 קינדער, האט ער געמיינט 1500 יונגלעך!"
ווארהייט:
"ניין, איך האב גערעדט פון 1,500 קינדער אלעס צוזאמען.
מיינע חשבונות זענען געווען פון זונטאג. די היינטיגע חשבונות זענען פון מיטוואך."
ווארהייט:
"קריזיס! קריזיס! קריזיס!
דער פלאן איז געווען אנצופאנגען דעם קומענדיגן זמן מיט 3,000 קינדער, אבער דא איז אונטערגעקומען א פלוצלינגדיגע קריזיס. עס איז אריבער ווייניגער פון א וואך זינט ווען מען האט געעפנט די רעגיסטראציע און מען האלט שוין ביי 3,092 קינדער, ענד קאונטינג."
7/09/2006
עכטע_נייעס:
"דאס איז אמאל זיכער אז 3000 דארפ מען זיכער אראפ נעמען" (פון סאטמאר 82)
8/01/2006
מבני_בניו:
"אבער סהאלט שוין יעצט ביי 3200 קינדער"
8/04/2006
עכטע_נייעס:
"ב"ה מיר האבן שוין 4 בילדינג'ס מיט 3000 טויזענט קינדער מיט א מעכטיגע סטעפ"
8/09/2006
שפיטצער06:
"- בערך 3,000 קינדער וואס גייען אריבער צו אינז,"
8/10/2006
בן_אהרן:
"הכל בכל מכל כל 3000 עטוואס מער"
8/23/2006
ווארהייט:
"און דער אומגלויבליכער ציפער פון 3,000 קינדער בליעה"ר!"
8/24/2006
עכטע_נייעס:
"אין ווילאמסבוירג האלט מען קוים צוויי חדשים פין די מעלדינג מ'האלט שוין ביי 40 פערצעינט 3,200"
עכטע_נייעס:
"סאטמאר האט יעצט 3167 אָן די ישיבה קטנה"
8/29/2006
מבני_בניו:
"די רעגיסטרעישאן האלט יעצט ביי ארום 3200 קינדער"
וואס איז אבער דער אמת??