בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/8/2006 21:59 לינק ישיר 
אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל

עס גייט ארום א שמועה אז די פלייש פון א געוויסן סטאר און מאנסי האט דער בוטשער אריין געמישט טריפה פלייש איינער האט מער פרטים?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 23:40 לינק ישיר 

Public relations



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 23:10 לינק ישיר 

מצורף קובץ

יוסקעלע, איך קען נישט ראשי תיבות אזוי גוט אין ענגליש. וואס מיינט PR ?

באטשי, אינטרעסאנט איך באקום נישט די בריוון אין אישית...





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 22:28 לינק ישיר 

דער בריוו איז לויטער א PR ענין
די שאלה איז נאר ווי געלונגען אדער נער'יש דאס איז

אויב תשובה וואלט ער געדארפט קומען א יאר צוריק אדער זיין שטיל פאר כאטש עפעס א זמן שכחה עד יעבור זעם

אבער פאר PR דארף ער ארויס קומען ווי פריער מעגליך אלץ DAMAGE CONTROL




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 03:39 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין אישור כתיבה please post in my name דער גאנצער בריוו שטינקט מיט ליטווישער טפשות.I'm sorry for the expression. עס שמעקט מער פון חנופה ווי פון חרטה. נאך חרטה קומט עזיבת חטא, דהיינו אין דעם פאל, פול קאאפעראציע און דערציילן ווער נאך אוז אריינגעמושטת ווילאנג און פאר וויפיל קעטערערס ער האט פארקויפטת וכד'. נישט ווי דער "אך דעו נא" "ולא נתכוונתי" וואס דער... שרייבט. אזוי אויך דער "סכום מכובד" איז א big joke. לדעתי, איז אזא חנופה צעטל גוט פאר די ליטוואקן, אונז וואלט מיר מער appreciated א בריוו פון ערנסטע רבנים אז ער האט מקבל תשובה געווען באמת, כדרך ע"ה שמקבל דברי חברות. ועי' בנוב"י מעשה נורא במתמיד נואף והתעניתים החמורים שגזר עליו כל ימי חייו לתיקון נשמתו, למרות שכותב שאין זה העיקר וכו' אפשר עבן די רבנים אים דאן אפי' העלפן מקיים זיין די מצוה נדירה פון מחזיר גרושתו. ויש לעי' אם כולנו שותפים בהמצוה. נ"ב מעשה זו בהנוב"י שופך אור על מה שפך ה"תולדות" אפו, ומפריך כמה מהשטותים שליקט בעל "הגאון". וזה ממקור מוסמך ולא מהמשכילים שר"י. אאלגנב הנ"ל קיבלתי באישי, ואני קאטנפעיסט דברים ככתבם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 01:41 לינק ישיר 

אין זיין בריוו שרייבט ער:
ומפני שעברתי על עבירות חמורות, נגליתי מידידי, אוהבי, חבירי, ואנשי שכונתי, "והייתי נע ונד בארץ", ומקבל על עצמי מהלך החיים של תשובה שגדולי ישראל הכונו בשבילי.

שטייט נישט אין בריוו אז ער איז מקבל גלות אויף זיך, עס שטייט נאר דער פאקט אז צוליב זיין ביטערן פעקל איז ער פארטריבן געווארן פון זיינע גוטע פריינד וכו'. די ווערטער "והייתי נע ונד בארץ" ניצט ער נאר אלץ אזא מליצה צו זיין ביטערן גורל וואס איז א פאקט, נישט קיין קבלת גלות.
און וואס שייך זיין תשובה, שרייבט ער אז ער איז מקבל אויף זיך דעם מהלך החיים וואס די גדולי ישראל האבן פאר פארגעברייט, און ער שרייבט אבער נישט וואס די "תשובה" איז, און וואספארא מהלך החיים די גדולי ישראל האבן אים פארגעשריבן. תוקן על ידי - לחייםיודען - 19/10/2006 1:42:18



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 01:04 לינק ישיר 

שמעק,

וואס איז אבער פשט פון די ליגענט וואס ער שרייבט אינעם בריוו "אז ער האט נישט פארקויפט פאר קיין אנדערע געשעפטן", אז ער וויל תשובה טון פיין און וואויל אבער צו וואס פארלייקענען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2006 00:55 לינק ישיר 

התאחדות,

איך האב שוין צוויי מאל מסביר געווען, און אצינד נאכאיינמאל:

איך ווייס נישט צי די מאנסי'ער אידן זענען "ברוגז" צוליב די כשר'ן קאפ-ווייטאג. אבער עפ"י הלכה האט ער גע'גנב'עט, און ער וועט דארפן מגולגל ווערן אויב מען איז אים נישט מוחל. טאמער וועט מען פארלאנגען פון אים וועט ער עפ"י הלכה מוזן צוריקצאלן יעדע פרוטה. אלזא, בעהט ער, אז אזוי ווי דאס איז נישט שייך, ער האט נישט די מיליאנען דערפאר, על כן זאל מען איהם מוחל זיין אויף די געלט שאדנס. אזוי וועט דער שטן אויף יענע וועלט נישט קענען האבן דעם טענה אז ער איז א גנב און ער איז שולדיג בין אדם לחבירו.

איבער די טריפה פלייש, אודאי איז דאס דער עיקר ווייטאג, אבער ער קען נישט איבערבעטן. ער קען אבער, אזוי ווי דו זאגסט, מפרסם זיין אז ער האט חרטה און ער איז מקבל א דרך התשובה כדבעי, און ע"כ זאל מען אים נישט אזוי פיינט האבן, ער אפעלירט דאך צו אונז אידן, "אידישע הערצער", רחמנים בני רחמנים, וואס אפילו ס'איז שווער איז מען מוחל, און אויב נישט איז מען אן "אכזר" לפי דברי הרמב"ם.

דאס וואס מיר זענען נכשל געווארן, איז אויך אונזער פראבלעם, ווי מיר ווייסן אין הקב"ה מביא תקלה לצדיקים, לבהמתן וכל שכן להם, און ווי ס'שטייט לא יאונה לצדיק כל און, און מיר האבן אונזער חלק אויף וואס מיר דארפן תשובה טאן, און די רבנים האבן שוין גע'פסק'ענט אז די תושבי מאנסי זאלן פאסטן, נישט עסן פלייש א געוויסע זמן, א.א.וו. פינקל איז נאר געווען דער "מגלגלין חוב ע"י חייב", אבער מיר האבן באקומען דעם עונש פון עסן נישט כשר'ס.

אונז איז נישט נוגע משה פינקל'ס עבירות. אויב מיר האבן ריכטיג תשובה געטאן, דארפן מיר האפן אז דער חנון המרבה לסלוח וידו פשוטה לקבל שבים איז אונז מוחל במחילה גמורה, בפרט אז עס איז געווען א אונס, אדער לכל היותר א שוגג לכמה שיטות.

בקיצור: דער בריוו איז צו בארואיגן דעם עולם אז ער איז נישט אומגעקומען אין וואסער; נאר לעבט און וויל מתקן זיין זיין עבר, און וויל בעטן אונזער מחילה אויף דעם חלק שבין אדם לחבירו. און אגב איז ער מפרסם אז ער וועט זיין נע ונד און נישט האבן מיט די חברים וידידים וואס איז א געוואלדיגע צער.

די גמרא פארציילט אין מס' ע"ז אז אלעזר בן דורדיא האט עובר געווען כל מיני עבירות שבתורה, ביז איינע האט אים געזאגט אז אין מקבלים תשובתו. האט ער איינגעריסן שמים וארץ ביז ער איז אויסגעגאנגען, און מ'האט אויסגערופן פון הימל אז אלעזר בן דורדיא איז מזומן לחיי העולם הבא. איך האב שוין אויבן געברענגט דעם ענין פון מנשה מלך ישראל וואס העמיד צלם בהיכל, און ווען עס איז שיער פארברענט געווארן פון די שונאים האט ער איינגעריסן און השי"ת האט אים ספעציעל געעפנט א טירעלע הונטער זיין כסא מלוכה.

מיר ווייסן דאס שוין אז אפילו עס שטייט עס העלפט נישט קיין תשובה (ווי למשל אויף פגם הברית וכדומה) אדער אין מספיקין בידו מיינט דאס נאך נישט סוף פסוק. אפילו אויף אחר וואס א בת קול האט געזאגט "שובו בנים שובבים חוץ מאחר" איז אויך בלויז געווען א נסיון, און אלע זענען מודה אז אלמלי ער וואלט איינגעריסן אין הימל וואלט מען מקבל געווען זיין תשובה. משה פינקל איז גארנישט אנדערש. אחר (אלישע בן אבויה) איז נאך עני-טיים געווען אזא ערליכער איד ווי משה פינקל; און אזוי אויך יוחנן כהן גדול וואס איז געווארן א צדוקי ביי די אכציג. יעדער קען אדורכפאלן.

----

אגב, איך האב געהערט פון הרב יאנקל מיללער שליט"א, יארמער רב, א טעם בדרך (צחות? ער זאגט ס'איז בדרך אפשר) פארוואס מ'האט "זוכה" געווען צו עסן די טריפות ונבילות.

זאגט ער אזוי: ס'איז ידוע אז געוויסע נשמות, נאך פון בית ראשון וואס האבן אסאך געזינדיגט זענען נאך נישט געקומען צו קיין תיקון השלם, און היות משיח רוקט זיך בקרוב אונטער, און דער פסוק זאגט דאך "כי לא ידח ממנו נדח" און די נשמות האבן געדארפט א תיקון, האט השי"ת אזוי צוגעפירט אז די נשמות וואס געפינען זיך אין די טריפה'נע עופות זאלן אנקומען צו אידן און מ'זאל מאכן א ברכה דערויף, און אזוי ארום וועלן זיי מתוקן ווערן. ער זאגט אז ער ווייסט נאך מער, נאר נישט אלעס קען ער מגלה זיין, ואין מגלין אותן אלא לצנועים... (ודפח"ח)..

איינער האט מיר אויפמערקזאם געמאכט דערויף, אז הרה"ק ר' אהרן ראטה זצ"ל בספרו שלחן הטהור, ברענגט ער פון פריערדיגע אז דאס איז דער טעם פארוואס השי"ת פירט צו כמה פעמים אז עס זאל אריינפאלן טריפה'נע עסן אין כשר'ע און עפ"י הלכה זאל עס ווערן בטל און מ'מעג עס עסן און מאכן א ברכה דערויף, ווייל געוויסע ניצוצים און נשמות וואס זענען פארוואגעלט אין טריפה'נע ענינים וועלן קיינמאל נישט קענען האבן א תיקון, ע"כ טוט השי"ת, דער מסבב כל הסיבות, צופירן אזוי אז אויף א געוויסע וועג זאל דאס ווערט אריינגעמישט אין כשר'ע, און אידישע קינדער זאלן דאס עסן און מאכן ברכות דערויף, אזוי ארום ווערן זיי מתוקן. דאס איז מורא'דיגע דיבורים, און ווייזט אז הקב"ה זארגט אפילו פארן ערגסטן אז סוף כל סוף זאל מען האבן א תיקון, און מ'זאל נישט נדחה ווערן ווען עס וועט בקרוב זיין דער תיקון השלם!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 00:06 לינק ישיר 

מורי ורבותי לא לדרשה קאתינא, כ'וויל נאר מיט די פאר שורות ארויסברענגן מיין דעה איבער די גאנצע תשובה שערורי' וואס דער פינקל האט דא אנגעבראכט, געוויסע חלקים איז שוין אויסגעשמועסט געווארן פון פריערדיגע גולשים, אבער יעדער האט זיך אביסל אן אנדער בליק אויף דעם ענין, על כן וועל איך מיר אויך לאזן הערן.

קודם כל וואס שייך דא א בריוו? וויל ער תשובה טוהן? וויל ער זיין נע ונד, אז גאט זאל איהם מוחל זיין זיינע עבירות, למה לא? ווער שטערט איהם, וואס וויל ער מיט א בריוו? ער וויל אז אויך איך זאל וויסן אז ער איז א בעל תשובה? גייט דאס מיר דען אן? גייט דאס דען אן די אלע וואס זענען נכשל געווארן דורך איהם?

איצט צום בריוו, ער בעט דארט נישט איבער אויף די עוולה וואס ער האט בעוולה'ט דעם ציבור אויף מאכיל זיין נבילות וטריפות, אזוי ווי ער אליין זאגט דאך ער קען דאס אפילו נישט טוהן, קיינער קען דאס איהם נישט מוחל זיין, דאס געהער נאר צווישן איהם און גאט אליין.

ער שרייבט אז ער האט נישט פארקויפט פאר געשעפטן זיינע טריפה פלייש, ער איז דאך א שקרן, הצלחה גראסערי איז נישט קיין געשעפט? ווייל ער האט דארט געאונט די בוטשער? וואס וויל ער מיט דעם פאראגראף? און וואס טוט זיך מיט די צונגען וואס ער האט געטיילט רעכט'ס און לינקס פאר אלע זאלן וכדו'? פארוואס ווען ער טוט תשובה מוז ער זיך מחפה זיין מיט שקרים? לויט דעם פריערדיגען רמב"ם טוט ער בכלל נישט וואס דארט שטייט, פון זיין בריוו קוקט אויס אדרבה, ער וויל זיך ריינוואשן, הייסט דאס טאקע דרך התשובה? איך וועל איהם ענדערש מוחל זיין אויף זיין פריערדיגע עוולה, ווי אויף די עוולה פון פארשפרייטן פרישע שקרים, פון ווערן א בעל תשובה JUST אז איך זאל איהם נישט פיינט האבן.

דערנאך איין קליינע הערה, ער בעט איבער אויף די קיטשענ'ס און כלים וואס דער עולם האט שאדן געהאט, אדרבה פרעגט נאך איין איד אין מאנסי וואס איז ברוגז אויף פינקל ווייל ער האט געדארפט טוישן זיין קיך? קיינער טראכט אפילו נישט דערפון, ער האט אונז מפטם געווען מיט מאכלות אסורות, און אויף דעם קען מען איהם נישט מוחל זיין, זאל איהם דער פון אויבן מוחל זיין.

אבער קיינער דארף נישט וויסען פון דעם, ס'אינטערסירט קיינעם נישט, אז רבנים ווילן זאלן זיי ארויסקומען מיט א קול קורא אז ס'איז שוין נישט קיין חיוב איהם פיינט צו האבן, און ווי אויך אז מ'טאר נישט פיינט האבן סתם אידן אויך נישט. און שלום על ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2006 00:01 לינק ישיר 

באטשי,

קוקט אויס אז דו הערסט נישט אפט קול מבשר, ער האט יעדע שטיק צייט אינטערוויוס, יעצט קען מען אויך הערן איינס אויף קנעפל נומבער דריי. תוקן על ידי - שירעם - 19/10/2006 0:02:12



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2006 23:25 לינק ישיר 

טאביק

ער האט געשיקט אויף פאסט פאר א גרויסן חלק פון מאנסי איך ווייס נישט ווער יא און ווער נישט

וואס שייך מחילה
בין אדם למקום קען איך נישט זאגן אבער אונז האבן א כלל אז החוטא ומחטיא את הרבים אין מספיקין בידו וכו'
וואס שייך בין אדם לחבירו איך ווייס נישט וויאזוי מען קען עם מוחל זיין

די הלכה איז אז אזא איינער איז א מצוה צו פיינט האבן און אין מסעסקין בקברתו כמובואר בפוסקים

אפשר וויל ער מיטן בריוו אויפטועען אז מען שאל מיינען ער טוט תשובה איז טאר מען שוין נישט פיינט האבן
אדרבה לאמיר זעהן א בריוו פון רבנים אז כיוון שעשה תשובה הרי הוא כאחיך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 22:18 לינק ישיר 

רמב"ם פ"ב הלכות תשובה
 
(ה) ושבח גדול לשב שיתודה ברבים ויודיע פשעיו להם ומגלה עבירות שבינו לבין חבירו לאחרים ואומר להם אמנם חטאתי לפלוני ועשיתי לו כך וכך והריני היום שב ומתנחם וכל המתגאה ואינו מודיע אלא מכסה פשעיו אין תשובתו גמורה שנאמר מכסה פשעיו לא יצליח במה דברים אמורים בעבירות שבין אדם לחבירו אבל בעבירות שבין אדם למקום אינו צריך לפרסם עצמו ועזות פנים היא לו אם גילם אלא שב לפני האל ברוך הוא ופורט חטאיו לפניו ומתודה עליהם לפני רבים סתם וטובה היא לו שלא נתגלה עונו שנאמר אשרי נשוי פשע כסוי חטאה. [השגת הראב"ד - במה דברים אמורים בעבירות שבין אדם לחבירו א"א וכן עבירות המפורסמות ומגולות אע"פ שאינן עם חבירו שכמו שנתפרסם החטא כך צריך לפרסם התשובה ויתבייש ברבים]:

לגבי רעדיא
אל תצדק הרבה

מיך אינטערסירט דער זאב ברענער וויינגער ווי דו

דער פאקט איז אבער אז ער איז א איד אין האט א ראדיא פראגראם, וואס טויזנטער אידען שומ"ט הערן אויס.
דאס מציאות איז אויך אז בזמננו אז מוויל מפרסם זיין א זאך איז די ראדיא דער דריטער בעסטע מיטל 

- אויפן ערשטן פלאץ איז פארשטייט זיך קול מבשר, אבער ער האט נישט קיין אינטערוויוס
- אויפן צווייטן איז נעטווארק TV, ואינו תחת ידינו
- געבליבן ראדיא, וואס על זה אמרו חז"ל "רובא לרדיא זבני" (ב"ב צ"ב)
 
סאויך דא אסטאטיסטיק  וואס ווייזט אז רובא דמינכר פון מענטשן וואס קויפן פלייש מכל הבא ליד האבן אויך א ראדיא.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 21:37 לינק ישיר 

באטשי, איך האב הנאה פון דיינע תגובות...

דו זאגסט אז ער האט געמאכט א שטינק ברבים אזש ס'איז אנגעקומען ביז ניו יארק טיימס: ער האט געמאכט דעם שטינק? ער האט געארבייט שטילערהייט בסתר, ביז מ'האט זיך צופעליג דערוואוסט דערפון. די שטינק האבן שוין אנדערע געמאכט. איך גלייב נאך נישט אז א רב וועט אים געבן א היתר אויפצוטרעטן אויף א ראדיא פראגראם. אט האסטו נאך א חידוש: עס זענען נאך פאראן עטליכע מנינים אידן אין מאנסי וואס הערן נישט קיין ראדיא און ווייסן נישט ווער זאב ברענער איז (איך ווייס אויך נישט, ביי די וועי...)

וועמען דארף מען מפייס זיין? ניו יארק טיימס? ער קען שוין שווער צוריקציען דעם חילול השם איום ונורא וואס ער האט גורם געווען. איך זאג נאכאמאל, אז ער קען נישט איבערבעטן אויפן מאכיל זיין טריפות פאר אידן. דאס קען ער נאר בעהטן פון הקב"ה. ס'איז בין אדם למקום און מיר האבן נישט וואס אריינצורעדן דערין. מנשה וואס העמיד צלם בהיכל האט אויך תשובה געטאן ווען ער איז געווען אין טראבל, און הגם די מלאכים האבן פארשפארט אלע טויערן, האט השי"ת חותר געווען חתירה תחת כסא כבודו.

וואס שייך איבערבעטן, איז נאר אויף די הפסד ממון וואס ער האט אנגעמאכט. און דא בין איך צו דיר מודה, אז ער וואלט געדארפט מער מפרסם זיין די מודעה, כאטש צו יעדן יחיד אין מאנסי אויף די פאסט, און אפשר אפילו גאנץ ניו יארק, אדער אפשר אלע צייטונגען און אויסגאבעס. זאלן די "פאשקעווילן" ווארפערס אצינד פארריכטן זייער משוגעת מיטן ווארפן צעטלעך אין די גאסן און פארפרייטן דעם בריוו... זאלן זיי אנקאלן ניו יארק טיימס און אנדערע מידיא רעפארטערס און באריכטן אז ער האט שוין תשובה געטון...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 21:23 לינק ישיר 

הצלה

איך זעה דו ביזט מקנא דעם פינקל אויב ער וועט טוהן תשובה.
במקום שבעלי תשובה עומדים...

אמשול לך משל וואס האט שייכות צו דיין ניק

דעם סוכות ביי די סעודת יום טוב זיצט א טאטע פון קעה"ר א בליענדיגע משפחה, איז איהם געבליבן שטעקן א ביין אין האלז אין מיטן די פיש. ער האט זיך געשטיקט איו דערווארגען און געווארפן און געקאאכט, אז עק וועלט. ער איז שוין געוועהן בלוי, געלעגן אויף די ערד, אין די אויגען האבן זיך איהם איבערגעדרייט לצד הלבן רח"ל,

די קליינע קינדער האבן געקוויטשעט, די גרויסע האבן געשריגען, בעיביס האבן געוויינט, דאס ווייב האט געחלש'ט, דער גרויסער זיהן האט זיך געכאפט און גערופן הצלה, אהנגעקומען זעקס קארס אויפאמאהל מיט קולות וטרומייטערס, אלע שכנים צוזאמען געלאפן, איינער א למדן האט געזעהן דעם מצב האט ער אנגעהויבן צו ליינען קריאת שמע, די לייט זענען ארויפ געלאפן מיט טענקס אין סטרעטשערס אין איין אטעם, געמאכט CPR מיט שאקס, געלייגט אויפן סטרעטשער, או און פגעפאהרן מיט א קול רעש גדול  צו גוד סעמעריטאן 120 מייל א שעה.

און דער חולה גוסס'ט.

אנגעקומען אין שפיטאל מיט פולן ספיד, און לכבוד יו"ט אריין געזעצט אין א גרויסע רייע מיט געפארקעטע קארס, אינגאנצן צושמעטערט דעם טייערן הצלה "באס", דער פאציענט אליין איז ארויס געפלויגען צוזאמען מיטן סטרעטשער, דאס בעטל האט אריין געקראכט אין די גלאזערנער טיהר פון דעם שפיטאהל, אויסגעשאסן דאס גלאז אין געלאנדעט אין די לאבי, מיטן פנים אראפ, אינגאנצן צובלוטיגט .

פון דעם זעץ איז ארויס דאס ביינדל פון האלז, אונזער פאציענט איז אויף געשטאנען ממוות לחיים, אהיים געפאהרן ווייטער צו עסען די סעודה  


קענסט דיך פארשטעלן די שמחה אין די משפחה!
אסאך מעהר ווי פריער.

ביזט מקנא זייער שמחת יו"ט?

איך נישט!
 

תוקן על ידי - baachi - 18/10/2006 21:35:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 19:33 לינק ישיר 

רבותי איך ווייס אז עס איז זייער שווער אראפצושלינגען אזא זאך, און עס איז זייער שווער אים מוחל צו זיין, אבער לאמיר אריינטראכטן אביסל אין דעם ענין.
ה' ה' קל רחום וחנו ארך אפים ורב חסד ואמת וגו', איז נישט געזאגט געווארן אויף אים?
במקום שבעלי תשובה עומדים אפי' צדיקים גמורים אינם יכולים לעמוד, איז נישט געזאגט געווארן אויף אים?
איז תשובה נאר פאר איינער וואס טוט נישט קיין עבירות?
קען מען נישט מיט תשובה מתקן זיין אפי' אויף די הארבסטע עבירות?
גלייבטס מיר מען האט אויף וואס אים מקנא צו זיין, 
דער  בארדיטשיבער רבי איז אמאל צוגעגאנגען צו א בעל עבירה'ניק און אים געזאגט איך בין  דיר מקנא, וואס האט זיך דער בעל עבירה'ניק אנגערופן, דער רבי איז מיר מקנא???????
יא יא, זאגט אים דער בארדיטשעבער רבי, איינער ווי דיר וואס האט אזויפיל עבירה'עס און טוט תשובה ווערט אלע עבירות איבערגעדרייט פאר מצוות און אויב אזעלעכע גראבע עבירות ווערן אויף מצוות ווערט עס נישט סתם מצוות, נאר גראבע פעטע מצוות.
פרעג איך ענק, זענען ענק נישט מקנא הרב הצדיק ר' משה פינקל שליט"א????????
איך יא!!!!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2006 19:15 לינק ישיר 

שמעקטאביק

"ואישר אותו" מיינט אז ער האט מסכים געוועהן אז דאס איז גענוג?
דאס מיינט אפשר אז ער האט מקיים געווען די חתימת ידיו

נאדיר, דא האסטו א גרויסען חידוש!

סדא אפאהר מנינים ערליכע אידן און מאנסי וואס האבן  נישט קיין אינטערנעט! אין זיי האבן געגעסן דאס פלייש און געקאשערט די כלים! 

פון ווי דארפן זיי וויסען פון דעהם?

ער האט געמאכט אשטינק ברבים, אנגעקומען ביז אין דעם ניו יארק טיימס. זאל ער מתקן זיין ברבים.

גיין אויף די ראדיא LIVE איז די איינציגע עצה. אבער קודם גוט מפרסם זיין. איך בין בטוח אז זאב ברענער ודוגמתו וועט עס בחפץ לב אהננעמען, די פאבליסיטי וועט זיין אין לשער. 

וועגען צרכי רבים, מיינט עס לכאורה על פי פשטות אין די שטאט ווי ער האט מזיק געוועהן. 
נישט גאנווענען אין ניו יארק און באצאהלען אין ירושלים.

ער דארף עס נישט געבן פאר ארב מיט מוסדות, ער קען זעצען א בית דין וואס זאל באשליסן וואס ער זאל טוהן. אדער מאכען א קופת גמ"ח, אדער עירוב, אפילו אויס צאהלען הוצאות פון א מקווה פאר א יאהר, מזאל קענען גיין בחנם לכל דכפין. ספעלט וואס צוטוהן?

זיין ווייב?

קודם האט עס מיך אויך געבאדערט וואס זי איז איהם נישט געשטאנען צו הילף בעת צרתו. כמאה"כ :ואשה בכל אלה לא מצאתי.

אבער יעצט ווי איך זעה אז ער נעמט נישט ערנסט די גאנצע מעשה. פארשטיי איך איהר שוין בעסער.
איך מיין פון זיין לשון אין דעהם בריף אז ער באגרייפט נישט פשוט די היסטארישע עוולה וואס ער האט אפגעטוהן.

ווי גייט דאס ווערטל. 

If Mr Finkel  would have known how much bitul torah and loshon horah it will cause' he would never have done it






 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext