|
|
| נשלח ב-19/10/2006 00:06 |
|
| |
מורי ורבותי לא לדרשה קאתינא, כ'וויל נאר מיט די פאר שורות ארויסברענגן מיין דעה איבער די גאנצע תשובה שערורי' וואס דער פינקל האט דא אנגעבראכט, געוויסע חלקים איז שוין אויסגעשמועסט געווארן פון פריערדיגע גולשים, אבער יעדער האט זיך אביסל אן אנדער בליק אויף דעם ענין, על כן וועל איך מיר אויך לאזן הערן.
קודם כל וואס שייך דא א בריוו? וויל ער תשובה טוהן? וויל ער זיין נע ונד, אז גאט זאל איהם מוחל זיין זיינע עבירות, למה לא? ווער שטערט איהם, וואס וויל ער מיט א בריוו? ער וויל אז אויך איך זאל וויסן אז ער איז א בעל תשובה? גייט דאס מיר דען אן? גייט דאס דען אן די אלע וואס זענען נכשל געווארן דורך איהם?
איצט צום בריוו, ער בעט דארט נישט איבער אויף די עוולה וואס ער האט בעוולה'ט דעם ציבור אויף מאכיל זיין נבילות וטריפות, אזוי ווי ער אליין זאגט דאך ער קען דאס אפילו נישט טוהן, קיינער קען דאס איהם נישט מוחל זיין, דאס געהער נאר צווישן איהם און גאט אליין.
ער שרייבט אז ער האט נישט פארקויפט פאר געשעפטן זיינע טריפה פלייש, ער איז דאך א שקרן, הצלחה גראסערי איז נישט קיין געשעפט? ווייל ער האט דארט געאונט די בוטשער? וואס וויל ער מיט דעם פאראגראף? און וואס טוט זיך מיט די צונגען וואס ער האט געטיילט רעכט'ס און לינקס פאר אלע זאלן וכדו'? פארוואס ווען ער טוט תשובה מוז ער זיך מחפה זיין מיט שקרים? לויט דעם פריערדיגען רמב"ם טוט ער בכלל נישט וואס דארט שטייט, פון זיין בריוו קוקט אויס אדרבה, ער וויל זיך ריינוואשן, הייסט דאס טאקע דרך התשובה? איך וועל איהם ענדערש מוחל זיין אויף זיין פריערדיגע עוולה, ווי אויף די עוולה פון פארשפרייטן פרישע שקרים, פון ווערן א בעל תשובה JUST אז איך זאל איהם נישט פיינט האבן.
דערנאך איין קליינע הערה, ער בעט איבער אויף די קיטשענ'ס און כלים וואס דער עולם האט שאדן געהאט, אדרבה פרעגט נאך איין איד אין מאנסי וואס איז ברוגז אויף פינקל ווייל ער האט געדארפט טוישן זיין קיך? קיינער טראכט אפילו נישט דערפון, ער האט אונז מפטם געווען מיט מאכלות אסורות, און אויף דעם קען מען איהם נישט מוחל זיין, זאל איהם דער פון אויבן מוחל זיין.
אבער קיינער דארף נישט וויסען פון דעם, ס'אינטערסירט קיינעם נישט, אז רבנים ווילן זאלן זיי ארויסקומען מיט א קול קורא אז ס'איז שוין נישט קיין חיוב איהם פיינט צו האבן, און ווי אויך אז מ'טאר נישט פיינט האבן סתם אידן אויך נישט. און שלום על ישראל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 00:55 |
|
| |
התאחדות,
איך האב שוין צוויי מאל מסביר געווען, און אצינד נאכאיינמאל:
איך ווייס נישט צי די מאנסי'ער אידן זענען "ברוגז" צוליב די כשר'ן קאפ-ווייטאג. אבער עפ"י הלכה האט ער גע'גנב'עט, און ער וועט דארפן מגולגל ווערן אויב מען איז אים נישט מוחל. טאמער וועט מען פארלאנגען פון אים וועט ער עפ"י הלכה מוזן צוריקצאלן יעדע פרוטה. אלזא, בעהט ער, אז אזוי ווי דאס איז נישט שייך, ער האט נישט די מיליאנען דערפאר, על כן זאל מען איהם מוחל זיין אויף די געלט שאדנס. אזוי וועט דער שטן אויף יענע וועלט נישט קענען האבן דעם טענה אז ער איז א גנב און ער איז שולדיג בין אדם לחבירו.
איבער די טריפה פלייש, אודאי איז דאס דער עיקר ווייטאג, אבער ער קען נישט איבערבעטן. ער קען אבער, אזוי ווי דו זאגסט, מפרסם זיין אז ער האט חרטה און ער איז מקבל א דרך התשובה כדבעי, און ע"כ זאל מען אים נישט אזוי פיינט האבן, ער אפעלירט דאך צו אונז אידן, "אידישע הערצער", רחמנים בני רחמנים, וואס אפילו ס'איז שווער איז מען מוחל, און אויב נישט איז מען אן "אכזר" לפי דברי הרמב"ם.
דאס וואס מיר זענען נכשל געווארן, איז אויך אונזער פראבלעם, ווי מיר ווייסן אין הקב"ה מביא תקלה לצדיקים, לבהמתן וכל שכן להם, און ווי ס'שטייט לא יאונה לצדיק כל און, און מיר האבן אונזער חלק אויף וואס מיר דארפן תשובה טאן, און די רבנים האבן שוין גע'פסק'ענט אז די תושבי מאנסי זאלן פאסטן, נישט עסן פלייש א געוויסע זמן, א.א.וו. פינקל איז נאר געווען דער "מגלגלין חוב ע"י חייב", אבער מיר האבן באקומען דעם עונש פון עסן נישט כשר'ס.
אונז איז נישט נוגע משה פינקל'ס עבירות. אויב מיר האבן ריכטיג תשובה געטאן, דארפן מיר האפן אז דער חנון המרבה לסלוח וידו פשוטה לקבל שבים איז אונז מוחל במחילה גמורה, בפרט אז עס איז געווען א אונס, אדער לכל היותר א שוגג לכמה שיטות.
בקיצור: דער בריוו איז צו בארואיגן דעם עולם אז ער איז נישט אומגעקומען אין וואסער; נאר לעבט און וויל מתקן זיין זיין עבר, און וויל בעטן אונזער מחילה אויף דעם חלק שבין אדם לחבירו. און אגב איז ער מפרסם אז ער וועט זיין נע ונד און נישט האבן מיט די חברים וידידים וואס איז א געוואלדיגע צער.
די גמרא פארציילט אין מס' ע"ז אז אלעזר בן דורדיא האט עובר געווען כל מיני עבירות שבתורה, ביז איינע האט אים געזאגט אז אין מקבלים תשובתו. האט ער איינגעריסן שמים וארץ ביז ער איז אויסגעגאנגען, און מ'האט אויסגערופן פון הימל אז אלעזר בן דורדיא איז מזומן לחיי העולם הבא. איך האב שוין אויבן געברענגט דעם ענין פון מנשה מלך ישראל וואס העמיד צלם בהיכל, און ווען עס איז שיער פארברענט געווארן פון די שונאים האט ער איינגעריסן און השי"ת האט אים ספעציעל געעפנט א טירעלע הונטער זיין כסא מלוכה.
מיר ווייסן דאס שוין אז אפילו עס שטייט עס העלפט נישט קיין תשובה (ווי למשל אויף פגם הברית וכדומה) אדער אין מספיקין בידו מיינט דאס נאך נישט סוף פסוק. אפילו אויף אחר וואס א בת קול האט געזאגט "שובו בנים שובבים חוץ מאחר" איז אויך בלויז געווען א נסיון, און אלע זענען מודה אז אלמלי ער וואלט איינגעריסן אין הימל וואלט מען מקבל געווען זיין תשובה. משה פינקל איז גארנישט אנדערש. אחר (אלישע בן אבויה) איז נאך עני-טיים געווען אזא ערליכער איד ווי משה פינקל; און אזוי אויך יוחנן כהן גדול וואס איז געווארן א צדוקי ביי די אכציג. יעדער קען אדורכפאלן.
----
אגב, איך האב געהערט פון הרב יאנקל מיללער שליט"א, יארמער רב, א טעם בדרך (צחות? ער זאגט ס'איז בדרך אפשר) פארוואס מ'האט "זוכה" געווען צו עסן די טריפות ונבילות.
זאגט ער אזוי: ס'איז ידוע אז געוויסע נשמות, נאך פון בית ראשון וואס האבן אסאך געזינדיגט זענען נאך נישט געקומען צו קיין תיקון השלם, און היות משיח רוקט זיך בקרוב אונטער, און דער פסוק זאגט דאך "כי לא ידח ממנו נדח" און די נשמות האבן געדארפט א תיקון, האט השי"ת אזוי צוגעפירט אז די נשמות וואס געפינען זיך אין די טריפה'נע עופות זאלן אנקומען צו אידן און מ'זאל מאכן א ברכה דערויף, און אזוי ארום וועלן זיי מתוקן ווערן. ער זאגט אז ער ווייסט נאך מער, נאר נישט אלעס קען ער מגלה זיין, ואין מגלין אותן אלא לצנועים... (ודפח"ח)..
איינער האט מיר אויפמערקזאם געמאכט דערויף, אז הרה"ק ר' אהרן ראטה זצ"ל בספרו שלחן הטהור, ברענגט ער פון פריערדיגע אז דאס איז דער טעם פארוואס השי"ת פירט צו כמה פעמים אז עס זאל אריינפאלן טריפה'נע עסן אין כשר'ע און עפ"י הלכה זאל עס ווערן בטל און מ'מעג עס עסן און מאכן א ברכה דערויף, ווייל געוויסע ניצוצים און נשמות וואס זענען פארוואגעלט אין טריפה'נע ענינים וועלן קיינמאל נישט קענען האבן א תיקון, ע"כ טוט השי"ת, דער מסבב כל הסיבות, צופירן אזוי אז אויף א געוויסע וועג זאל דאס ווערט אריינגעמישט אין כשר'ע, און אידישע קינדער זאלן דאס עסן און מאכן ברכות דערויף, אזוי ארום ווערן זיי מתוקן. דאס איז מורא'דיגע דיבורים, און ווייזט אז הקב"ה זארגט אפילו פארן ערגסטן אז סוף כל סוף זאל מען האבן א תיקון, און מ'זאל נישט נדחה ווערן ווען עס וועט בקרוב זיין דער תיקון השלם!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 01:04 |
|
| |
שמעק,
וואס איז אבער פשט פון די ליגענט וואס ער שרייבט אינעם בריוו "אז ער האט נישט פארקויפט פאר קיין אנדערע געשעפטן", אז ער וויל תשובה טון פיין און וואויל אבער צו וואס פארלייקענען?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 01:41 |
|
| |
אין זיין בריוו שרייבט ער: ומפני שעברתי על עבירות חמורות, נגליתי מידידי, אוהבי, חבירי, ואנשי שכונתי, "והייתי נע ונד בארץ", ומקבל על עצמי מהלך החיים של תשובה שגדולי ישראל הכונו בשבילי.
שטייט נישט אין בריוו אז ער איז מקבל גלות אויף זיך, עס שטייט נאר דער פאקט אז צוליב זיין ביטערן פעקל איז ער פארטריבן געווארן פון זיינע גוטע פריינד וכו'. די ווערטער "והייתי נע ונד בארץ" ניצט ער נאר אלץ אזא מליצה צו זיין ביטערן גורל וואס איז א פאקט, נישט קיין קבלת גלות. און וואס שייך זיין תשובה, שרייבט ער אז ער איז מקבל אויף זיך דעם מהלך החיים וואס די גדולי ישראל האבן פאר פארגעברייט, און ער שרייבט אבער נישט וואס די "תשובה" איז, און וואספארא מהלך החיים די גדולי ישראל האבן אים פארגעשריבן.
תוקן על ידי - לחייםיודען - 19/10/2006 1:42:18
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 03:39 |
|
| |
איך האב נישט קיין אישור כתיבה please post in my name
דער גאנצער בריוו שטינקט מיט ליטווישער טפשות.I'm sorry for the expression.
עס שמעקט מער פון חנופה ווי פון חרטה. נאך חרטה קומט עזיבת חטא, דהיינו אין דעם פאל, פול
קאאפעראציע און דערציילן ווער נאך אוז אריינגעמושטת ווילאנג און פאר וויפיל קעטערערס ער האט
פארקויפטת וכד'. נישט ווי דער "אך דעו נא" "ולא נתכוונתי" וואס דער... שרייבט.
אזוי אויך דער "סכום מכובד" איז א big joke.
לדעתי, איז אזא חנופה צעטל גוט פאר די ליטוואקן, אונז וואלט מיר מער appreciated א בריוו פון
ערנסטע רבנים אז ער האט מקבל תשובה געווען באמת, כדרך ע"ה שמקבל דברי חברות. ועי' בנוב"י
מעשה נורא במתמיד נואף והתעניתים החמורים שגזר עליו כל ימי חייו לתיקון נשמתו, למרות
שכותב שאין זה העיקר וכו'
אפשר עבן די רבנים אים דאן אפי' העלפן מקיים זיין די מצוה נדירה פון מחזיר גרושתו. ויש לעי' אם
כולנו שותפים בהמצוה.
נ"ב מעשה זו בהנוב"י שופך אור על מה שפך ה"תולדות" אפו, ומפריך כמה מהשטותים שליקט
בעל "הגאון". וזה ממקור מוסמך ולא מהמשכילים שר"י.
אאלגנב
הנ"ל קיבלתי באישי, ואני קאטנפעיסט דברים ככתבם
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 22:28 |
|
| |
דער בריוו איז לויטער א PR ענין די שאלה איז נאר ווי געלונגען אדער נער'יש דאס איז
אויב תשובה וואלט ער געדארפט קומען א יאר צוריק אדער זיין שטיל פאר כאטש עפעס א זמן שכחה עד יעבור זעם
אבער פאר PR דארף ער ארויס קומען ווי פריער מעגליך אלץ DAMAGE CONTROL
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2006 23:40 |
|
| |
Public relations
|
|
|
|
|