בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

תשס"ו - די בעסטע טעיפס פונעם יאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/9/2006 09:07 לינק ישיר 
תשס"ו - די בעסטע טעיפס פונעם יאר

אזויווי דער מנהג איז דא אויף עולם הנגינה מדי שנה בשנה, ווערט דער עולם געבעטן שרייבן זייער מיינונג וועלכע צען טעיפס וואס זענען ארויס געקומען אינעם פארגאנגענעם יאר זענען געווען די בעסטע, מיט'ן דגוש אויף איינס וועלכע איז לדעתכם "די בעסטע" פונעם יאר דאכט זיך אז מען קען זאגן אז סאיז געווען גאנץ א פיין יאר אין עולם הנגינה, מיט נייע טעיפס פון די גרעסטע זינגערס ווי מרדכי בן דוד, אברהם פריד (וועלכער איז שוין ממש ממש אט דא..), ליפא שמעלצר, וכו', א שיינע פאר טעיפס מבית בעלז, א שיינע פאר נייע חסידישע זינגערס ווי משולם גרינבערגער, שמואל עהרנטאל, יעקב דאסקאל, וכו', און א גאנצען נייעם שוואונג אין חסידישע שבת טעיפס אויך אין ספירה טעיפס און אין חזנות טעיפס איז געווען א דערוואכונג, דאס צייגט פאקטיש אז סאיז דא א נאכפראגע אין די מארקעט אויך, און ווי אלעמאל איז געווען עטליכע איבערגעקייטע לעבעדיגע מוזיק קאלעקשענס וואס קאסט געווענליך ביליג אהערצושטעלן און פארקויפט זיך גאנץ גוט מזאל קענען מאכן דערויף רווחים, און ווי די מאדע גייט לעצטענס איז א חלק פון די סארט טעיפס געווען אין עלעקטראנישע מוזיק סטייל נייע אלגעמיינע זינגערס זענען אויך ערשינען אויפן האריזאנט, דוד גבאי אויף וועמען מהאט שוין אזוי שטארק געווארט אז סהאט זיך "געמוזט" גוט פארקויפן און סאיז טאקע געווען איינע פון די בעסטע אלבוימס פאר שמח מוזיק, יעקב יאנג איז אויך א נייער נאמען וואס איז אבער א ספק ווילאנג מוועט דאס געדענקן די מערסטע אקטיוו זענען געווען אלי גערסטנער כדרכו בקודש, און ביי אונז חסידים איז געווען יוסף משה כהנא מיט יונתן שווארץ גראד אונטער אים, פון מונה ראזענבלום האט מען אויך געהערט דא דארט מיר זאלן זיך נישט דערשרעקן אז זיין כולל בוקר איז געווארן א כולל יומי.. ווידעראום משה לאופער און רובי בנעט האבן זיך געהאלטן פארהאלטנמעסיג רואיג פון זינגערס וועמען מהאט שוין געהאט כמעט פארגעסן איז געווען שלמה כהן און שרולי גינזבערג וועלכע האבן אונז צוריק דערמאנט אז זיי האבן נישט רעטייערט נאר פארקערט זיי ווערן בעסער מיט די צייט, אויך אפרים מענדלסאן און מענדי דזשערופי (מיין פערזענליכע פיק) לא נס ליחם ב"ה און זיי האבן זיך געלאזט הערן יוחאי בריסקמאן און מענדי ווערדיגער זענען געווען רעלאטיוו גאנץ שטיל די פארגאנגענעם יאר, און פון ר' משה גאלדמאן האט מען אויך כמעט נישט געהערט (א דערמאנונג פאר ר' חיים יצחק ער זאל איבערלאזן צייט פאר זיין טאטן אויך אינצווישן פון די אלע פראעיקטן וואס ער נעמט זיך אונטער..), אויך פון מיכאל שניצלער האט מען קיין סאך נישט געהערט כאשט סאיז טאקע ערשט יעצט געווארן א יאר פון ברכת הבנים, און אין די קאטאגאריע קען אויך אריין גיין שלומי דאסקאל וועלכער איז אבער גראדע נישט געווען לגמרי שטיל אבער דאך האבן מיר געהאפט אויף מער נאך א ערשיינונג וואס איז כדאי צו באמערקן און וואס איז ברייט ארום געשמועסט געווארן דא אין עולם הנגינה, איז די נייע טאקטיקן אינעם קאמף קעגן קאפיען מוזיק, אנגעהויבן מיט מרדכיס כמו רבי און חסידים וידעאו מעסעדזש אויף זיין טעיפ - - נאכגעפאלגט דורך עהרנטאלס נארמאלען געשריבענעם מעסעדזש - - נאכגעפאלגט פוו מענדי ווערדיגערס מרפסין אגרא געדאנק פון מאכן א תנאי שכירה אנשטאט מכירה - - און געענדיגט מיט יונתןס דעספערעט רעקארדיטע מעסעדזש צום סוף פון א ניגון אין טעיפ אליין באגלייט מיט שיינע מוזיק.. דאס איז דאכט זיך מער ווייניגער א קורצע כלליותדיגער בליק אויף וואס איז סאיז פארגעקומען, און אצינד נאט אייך די ליסטע פון רוב (לייגט צו אויב איר זעהט כהאב בטעות עפעס אויסגעלאזט - ואתכם הסליחה) נייע טעיפס פון תשס"ו, ובכדי שישמעו רחוקים ויבואו, זאגט אייער מיינונג וועלכע זענען געווען די בעסטע לדעתכם, און אזוי ארום האט א חלק אין מחזק זיין די וואס געבן באמת ארויס שיינע סחורה - זיי זאלן ממשיך זיין אונז מהנה צו זיין די ליסטע איז מער ווייניגער לויטן סדר פון ארויסקומען, מיט די לעצטיגע צום ערשט 1. אברהם פריד - בין כך ובין כך 2. ברוך לעווין - וזכנו לגדל בנים 3. אחים שפירא - אחינו 2 4. בעלז/ברייער/דמן - השיבנו 5. אהרן מיללער - ברוך ה' 6. שמואל ברזל - כי אתה עמדי 7. ארי גאלדוואג - Pure Soul 8. יהודה! - פרק שירה 9. אפרים מענדלסאן - התרגשות 10. יוסף משה כהנא - לחיים טיש 2 11. יונתן שווארץ - שבת חזק 12. חיים בנעט - התעלות 1: גדול השם 13. בעלז/כהנא - לכל קהלא 14. ניגוני בית קאזניץ 15. שרולי גינזבערג - אז יבקע 16. יוסי און ירחמיאל - A Time & Place 17. שלמה כץ - והכהנים 18. יעקב דאסקאל - קולי אל ד' 19. יעקב יאנג - יגעתי 20. שמואל ערנטאל - אוי נשמה! 21. פישל בייגל/גאלדמאן - שבחין אסדר 22. דוד גבאי - לגבי 23. אביש בראדט - אן עונג שבת 24. מרדכי בן דוד - אפשר לתקן 25. מתתיהו - YOUTH 26. שי ברק - פארטיש 4 27. שמעון קוגל - שירו לד' 28. ירחמיאל זיגלער - אהבה ואחוה 29. משולם גרינבערגער - בתפארתו 30. ארי B - ראש אשמורת 31. Kosher Gym - The Aerobics Mix 32. אודי אולמאן - אודי 3 33. צבי זילבערשטיין - עננו ד' 34. סאדיגורא/מענדי ווערדיגר - הקם מלכות דוד 35. ליפא שמעלצר - קעניינעהארע 36. שלשלת - Junior 37. לב טהור 4 38. שלומי דאקס/דוב לעווין - Sounds Of Today 39. אלי גערסטנער - Tek-Noy Gershon Veroba - Variations4 .40 41. שלמה כהן - הנה 42. מונה ראזענבלום - מונה 5 43. שירה חדשה - Brand New 44. חיים ישראל - עוקד והנעקד 45. חיים ישראל - אלקים תן לנו חיים 46. סענדי שמואלי - הללו 47. נשמה ארקעסטרא - J Walking 2 48. יוסף משה כהנא - לחיים טיש 49. דודי פישער - התקוה 50. משה לאופער - מתוך שמחה 51. אויף שימחעס - The Collection -- קאנצערטן: Yeshiva Boys Choir - LIVE! .52 Chabad L'Chaim-To-Life! Telethon - Celebration 25 .53 -- חזנות: 54. יצחק מאיר העלפגאט - אבות 55. יצחק הלוי - השיר שהלוים 56. בימים ההם בזמן הזה 57. לייב גלאנץ - אין כערכך -- אלטע זאכן: 58. בן ציון שענקר - א שבת אין מאדזיץ 1-2-3-4 59. מונה ראזענבלום - גערער טאנץ ניגונים 60. רגש - Regesh Gold -- One Man Bands: 61. טאנצט ביז ארויף 62. א חתונה מיט יואל פאלקאוויטש -- פורים: 63. יוסף משה כהנא - פורים טיש (פורים) -- ספירה: 64. אלי גערסטנער - א חסידישע קאפעלע 65. לחיים - חסידישע אוצרות 3 66. אברומי פלאם - Songs of the Three Weeks 67. יונתן שווארץ - שבת טיש אין ספירה a.k.a .68. פלא - Premium Blend -- קינדער: 69. יוסעלע - יוסעלע מופט אריין 70. יונתן שווארץ - שלומי און דוד צינדן חנוכה ליכט



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/9/2006 15:56 לינק ישיר 

71 . מענדי וואלד - אחד יחיד ומיוחד 72 . שבת אין וויזניץ



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > תשס"ו - די בעסטע טעיפס פונעם יאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext