החזרת עטרה ליושנה, מיט טעלעוויזיע
ב"ה אז מען דערלעבט - דערלעבט מען - זאגט די וועלט.
מארגן, דינסטאג פ' כי תבוא, וועלן אי"ה אלע קינדער פון די "יושנה מוסדות" אויסגעשטעלט ווערן אויף בעדפארד עוועניו (צווישן ראס און ווילסאן)
און אלע פאליטישאנס גייען אי"ה דארט זיין, און די מידיא און טעלעוויזיע עקראנעס און נעטווארקס וועלן אי"ה זיך איבערצייגן אז די "יושנה מוסדות" זענען טאקע "בלי שום שינוי חלילה"... און אז דער פירער פון די מוסדות איז נישט קיין אנדערער ווי דער "טשיף ראביי", בעל נועם המידות.
די מידיא האט זיך געוואנדן צו די אנפירער פון אונזערע הייליגע מוסדות, אז זיי ווילן קומען צו אונז אויך.
מיר האבן זיי געענטפערט: מיר מאכן מארגן א יום תפילה. א יום חלוקת צדקה, א יום בקשת רחמים, נישט קיין טאג פאר מידיא און טעלעוויזיע חלילה.
אבי מ'זאגט אז די "יושנה מוסדות" גייען אונטער....
דער עיקר איז אז די הייליגע עטרה זאל שוין אנקומען קיין יושן.
|
|