כ"ק מרן רבינו שליט"א באגעגענט דומ"ץ ראדני
כ"ק מרן רבינו שליט"א איז יעצט געווען מנחם אבל זיין ביי משפחת ר' שלמה זלמן סאנדער ע"ה אנקומענדיג איז אויך פונקט אנגעקומען הגריח"מ פר"מ דומ"ץ ראדני, ווען רבינו שליט"א איז אריינגעקומען איז נאך דער דיין געשטאנען, און עס האט זיך געמאכט א הערליכע שמועס איבער'ן הסתלקות פון הגה"ק משינאווע זי"ע און נאך פארשידענע ענינים וואס רבינו שליט"א האט דערציילט, און דער דיין האט אויך מוסיף געווען פארשידענע זכרונות און סיפורים, דערנאך ווען מרן רבינו שליט"א האט זיך אויפגעהויבן ארויסצוגיין האט זיך דער דיין אויפגעשטעלט מלוא קומתו לכבודו פון רבינו שליט"א, און האט געוואונטשן פאר רבינו שליט"א א כתיבה וחתימה טובה, אויף וואס רבינו שליט"א האט צוריק געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה. (נישט געגעבן די האנט משום 'בית האבל')
|
|