בית פורומים כל העולם כולו

זאליס בערך א דריטל פון סאטמאר !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/9/2006 02:07 לינק ישיר 
זאליס בערך א דריטל פון סאטמאר !

יעצט ווען מען גייט שוין עפענען בע"ה די סאטמארע מוסדות אין וויליאמסבורג, און עס הייבט זיך שוין אן מער ווייניגער צו שאפן דער געוואונטשענער ענדגילטיגער טיילונג צווישן סאטמאר און די זאליס, ווערט שוין אלס קלארער און קלארער דער בילד איבער די סאטמארע קהילה קדושה, און דער פאלגנדער בילד ווערט קלאר געשטעלט: ארום צוויי דריטל פון סאטמאר האט קלאר און דייטליך אנגענומען די הייליגע צוואה ורצון קדשו פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, פון "הוא ולא אחר", אז די הנהגה פון די הייליגע קהילה "קהל יטב לב ד'סאטמאר" זאל בלייבן אונטער די ערליכע און תורה'דיגע הנהגה פון רבינו הגה"ק שליט"א !!! פאלגנד זענען די ציפערן וועלכע שטעלן מיט זיך פאר דעם דערפרייענדן בילד: [די ציפערן זענען בלויז פון די סאטמארע הויפט צענטערן אין ניו יארק, וואו סאטמאר איז בעיקר קאנצענטרירט. ווי אויך האבן מיר זיך נישט גערעכנט מיט די ציפערן וואס מען קען אראפרעכענען פון די מוסדות פון אזעלכע וואס האבן נאכנישט ארויסגענומען די קינדער, דער חשבון ווערט בערך אויסגעגליכן צווישן די מוסדות פון איבעראל. וזאת למודעי, אז מיר זענען איבערגעגאנגען מערערע מאל די ציפערן פון איבעראל, און זיך אדורכגערעדט מיט פארלעסליכע קוועלער. מיר נעמען פולשטענדיג אחריות אויף די ציפערן]. קינדער אין די סאטמארע מוסדות: וויליאמסבורג = בערך 3,200 בארא פארק = בערך 2,800 קרית יואל = בערך 5,800 -------------------------------------------------- סך הכל = 11,700 קינדער בליעה"ר. קינדער אין די זאלי מוסדות: וויליאמסבורג = בערך 4,600 בארא פארק = בערך 800 קרית יואל = בערך 650 ------------------------------------------------- סך הכל = 6,050 11,700 + 6,050 -------------- 17,750 דאס קומט אויס צו בערך 63%-37% !!! לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך עד עולם !!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 05:03 לינק ישיר 

דאס אליין אז דער גרויסער בעל מגזם דער איד האט מורא געהאט צו שרייבן 7,000 נאר זיי האבן געמיזט שרייבן א "קנאפע" 7,000

איך פרעג היינט אן ארבעטער אין 82 ווי אזוי מ'עכענט א "קנאפע" זאגט ער מיר בערך 2,500 מער ווי די ריכטיגע נאמבער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 00:17 לינק ישיר 

קושקע וואס פארשטייסטו נישט, ס'איז א בפירושע איד, הלכה למשה מסיני



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2006 22:58 לינק ישיר 

זאג די מיר א סברא פארוואס א פארטייאישע פראפאגאנדע צייטונג, וואס האט א טרעק-רעקארד פון מגזם זיין, זאל מיינען עפעס?

איך זעה נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2006 22:41 לינק ישיר 

דורהאחרון
און דאס וואס עס מיינט ביי דיר זערא, מיינט ביי מיר????

שקלשלם,
ניצן "די גאנצע גאס שמועסט" איז נישט אנדעריש ווי "יעדער ווייזט"
עס איז ווערטלאז.
אז די ווילסט אפפרעגן אפיציעלע נאמבערס ברענג באווייז אדער לפחות א חשבון פון וויפיל קלאסן עס זענען דא און וויפיל קינדער פער קלאס וכדומה אבער נישט סתם געשאסענע נאמבערס.

און יעצט צוריק צום עיקר, ווער האט געמוזט עפענן אייגענע מוסדות און וואס איז דער פונקטליכער חשבון, ווער האט רוב באמת




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2006 21:46 לינק ישיר 

דאס אז ס'שטייט אין "דער איד" 7000 מיינט ביי מיר זערא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2006 21:34 לינק ישיר 

דאס אז ענקער הנהלה מיט יוסל90 לויפן ארום שרייען א גאנצן טאג אז ענק האבן 7,000 קינדער איז די לעצטע פראף וואס קען נאר זיין. אויב דו וועסט ברענגען ליסטעס מיט קינדער וועט מען ענק "אפשר" קענען גלייבן. אין די גאנצע גאס שמוסט מען אז סאיז דא 3000 קעגן 4500 קינדער אין וויליאמסבורג. בנוגע קרית יואל "דארפסטו" דיך בעסער נאכפרעגן, די זאליס אליינס האבן געשריבן אין זייער הצלחתינו(...) אז די יונגלעך האבן זיי ווייניגער ווי 600... און דאס איז נאך דריי יאר שטיין, ווען כמעט אלע קינדער זענען שוין ארויס פון אונז. אין די קרית יואלער מוסדות זענען כמעט נישטא קיין קינדער פון זאליס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2006 21:01 לינק ישיר 

די הנהלה האט ארויסגעגעבן דעם סכום פון כמעט 7,000 קינדער איז דאס דער אפיציעלער סכום.

אויב די האלטסט אז עס איז נישט ריכטיג דעמאלט ברענג באווייז.
זאגן אז "יעדער ווייסט" איז נישט קיין בייווייז,
"יעדער ווייסט" איז א ווארט וואס מען מוז נוצן ווען מען האט נישט קיין פאקטן אויף וואס צו באשטעטיגן א טענה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2006 20:52 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין שום באווייז אז עטס האטס ווייניגער ווי 20,000 קינדער, די נומבער 7,000 איז א לצנות, יעדער ווייסט דאס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2006 20:42 לינק ישיר 

באללמד, דיינע חשבונות זעהן אויס אזוי ווי די ביכער פון ענראן. די לייגסט צו און די נעמסט אראפ אדער די לאזט אויס ווי אזוי עס לוינט דיר בעסער.

קודם כל פאר איך גיי צו די חשבונות לאז מיר מקדים זיין אז עז איז זייער קלאר אז דער ציל פון דיין מאכן דעם חשבון דא פון אנדערע שטעיט איז צו פארדעקן די פאלגענדיגע
1) אז טראץ דעם וואס עטס זענטס געגאנגן און דעם גוי'שען קאורט האבן ענק גארנישט דערפון און עטס דארפטס עפענן נייע מוסדות.
2)דער פאקט אז אין ווילימסבורג, די גרעסטע שטאט פון סאטמארע משפחות, זענט עטס א מינארעטי, ענקער מוסדות היינט צו טאג אין ווילימסבורג האט נאר בערך 25% פון די קינדער.
נאך דעם וואס עטס האטס ענק אייביג געגרויסט אז ווען עטס וועט עפענען מוסדות אין ווילימסבורג וועט איר זיין דער רוב, צווישן 60 און 70 פארצענט. למעשה ווען עטס האטס ענדליך געפענט מוסדות און דער פאקט איז אפען פאר א יעדן צו זעהן, דארף מען פארדרייען דעם קאפ מיט אנדערע געגענטער וואס זענען יעצט נישט על הפרק צו פאר קלענערן דעם דאפעלטן פאטש און בארואיגען די פילינגס פון ענקער עולם.
איך ווייס אז דאס איז נאך נישט דער ענדגילטיגער נאמבער, עס וועט נאך צוקומען קינדער צו ענק און דער קומענדיגער יאר, אבער אפילו מיט דעם וועלן ענק אנציען נאך בערך צען פארצענט, פון בערך א פערטל פון די קינדער יעצט ביז בערך א דריטל ווען דער טיילונג איז איז פארטיג.

יעצט צו דיינע חשבונות:
ווילימסבורג:
סאטמאר האט כמעט 7,000 קינדער כ"י, איך פארשטיי אז עס שמעקט דיר נישט דעם נאמבער אבער די קענסט עס נישט טוישן וועגן עס געפעלט דיך נישט, אויב די האסט באווייז אז עס איז ווייניגער דארפסטו דאס ברענגען אויב נישט איז 7,000 דער אפיציעלן נאמבער.

די נייע מוסדות האבן יעצט צווישן 2,200 און 2,400 קינדער. רעכען אויס לויט וויפיל קלאסן עס זענען דא וועסטו זעהן.

בארא פארק:
איך ווייס נישט פון ווי די האסט גענומען דעם 2,800 אנטקעגן 800. איך ווייס אבער יא אז ווען דער שוהל האט זיך אפגעטיילט דארט איז געבליבן דאווענען בערך פיר מנינים אין 53 און א פאר הונדערט אידן ביי ר' חיים דוד כ"ץ. לויט דעם זעט נישט אויס אז דיינע צוטיילונגן זענען ריכטיג חוץ אויב די קענסט ברענגען אויף וואס די האסט גערעכנט דיינע נאמבערס.

קרית יואל:
מוסדות ויואל משה האבן שוין איבער טויזענט קינדער, איך ווייס פון ווי די רעכענסט נאר 650 חוץ אויב די האסט נאר גערעכנט יונגלעך און פארגעסען אריין צורעכענען די מיידלעך.

תורה ויראה האט טאקע איבער 5,000 אבער א אנגעזענער חלק דערפון זענען נישט חסידים פון דעם געוועזענעם קרית יואלער רב, זיי לערנען דארט אדער ווייל עס איז נאך נישט דא קיין פלאץ פאר זיי אין ויואל משה אדער ווייל עס איז די שטאטישער מוסד.
עס זענען דא לפחות 350 קינדער אין תורה ויראה וואס האבן א ברידער אדער א שוועסטער אין ויואל משה.

יעצט וואס איז מיט די אנדערע שטעיט מיט סאטמארע מוסדות וואס די האסט אויסגעלאזט?

מאנסי
מאנטריאל
לעיקוואד
ירושלים
בני ברק
אנטווערפן
לאנדאן
ואחרון אחרון חביב מאנטשעסטער
פארוואס האסטו אויסגעלאזט דעם חלק פון סאטמאר?
ווי אויך די ישיבות פון איבעראל, בחורים זענען פונקט אזוי א חלק פון סאטמאר.

נוץ קראנטע חשבונות פון אלע שטעיט און דערנאך מאך דיין חשבון פון וויפיל % יעדער האט.
אז די שעמסט דיך פון די אמתדיגער נאמבער בעסער שרייב גארנישט אבער פארשעם נישט דעם אמת.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2006 15:48 לינק ישיר 

א מלמד פון עי-די-טו האט דערציילט אז פון זיין קלאס זענען ארויס נאר 13 ארונים
און 4 נייטראלע (וועלעכע זענען געגאנגען אויף תשב"ר און שאפראן),
פרעג איך אים וויפיל איז געבליבן, זאגט ער, 2 ארונים 5 זאלי'ס און 2 נייטראלע   תוקן על ידי - משמשבקודש - 05/09/2006 15:51:32



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס בערך א דריטל פון סאטמאר !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext