בית פורומים כל העולם כולו

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/9/2006 19:33 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די העליכע ניגן וואס די קינדערליך האבן געזינגן נעכטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 01:58 לינק ישיר 

איך בין נישט קיין שרייבער אבער איך פיל אז איך מיז ארויסברענגען מיינע געפילן.

שוין 7 יאר יעדע טאג ווען מיינע קינדער זענען געגאנגען אין חדר, איז מיין הארץ געווען אנגעפולט מיט שרעק. וואס גייט מען היינט לערנען מיט מיינע קינדער?, איז דא א געהעריגע דעת תורה וואס מען זאל יא אדער נישט לערנען מיט די קינדער?. אז די בעלי בתים פון די ת"ת קענען בשאט נפש טרעטן אויף די תורה בריש גלי און יענער איז נאך א "צדיק", וואס וועלן מיינע קינדער זיך אפלערנען פון דעם?.

איך קען נישט ארויסברענגען מיינע געפילן. נעכטן ווען איך בין אהיים געקומען פון ארבייט. מיין אינגעל קומט מיר אנטקעגן "טאטי, היינט האב איך געזעהן די רבי שליט"א". איך קען ענק נישט זאגן ווי שטארק ס'האט מיר באנומען. איך זעץ מיר אראפ אויפן קאוטש, איך זיץ און איך ווער פארטראכט, ס'האט מיר אנגעפאנגן צו רינען טרערן ס'האט מיר ארומגענומען אזא שמחה, מיינע קינדער גייען אויסוואקסן ערליכע סאטמאר'ע אידן!, מ'גייט זיי לערנען אז ווען א איד רופט צו דין תורה דארף מען גיין, זיי גייען וויסן אז ס'איז געווען א דברי יואל זי"ע, אז ס'איז געווען א ברך משה זי"ע און אז ס'איז דא א רבי שליט"א!.

שוין 7 יאר וואס מיר האבן זיך געמוזט דרייען צוזאמען מיט די מחרחרי ריב, זיך געדרייט מיט זיי אין איין ביהמ"ד, זיי האבן זיך אנגערוקט צום רבי'ן ז"ל'ס תפילה'ס, טישן און הקפות (ווילאנג מ'האט אים נאך געלאזט פירן), אין די צייט וואס זיי האבן פרובירט אלע וועגן אפצוהאקן דעם קשר צום רבי'ן ז"ל.

בעונותינו הרבים, דער רבי זי"ע איז שוין נישט צווישן אונז. מ'האט שוין נישט געדארפט צוקומען צו זייערע טובות, אבער מ'האט נאך געדארפט שיקן די קינדער אין די מוסדות וואס זיי האבן געפירט.

און יעצט שטייט מיין אינגעל נעבן מיר און ער זאגט מיר אז "איך האב היינט געזעהן די רבי שליט"א". א זאך וואס איך האב נישט געהאט געטראכט פאר אפאר חדשים צוריק אז ער גייט עס קענען זאגן.

פון יעצט און ווייטער קענען מיר נישט די אלע וואס טרעטן אויף די תורה בריש גלי, מיר קענען זיי מער נישט, מיר האבן שוין גארנישט מיט זיי (אויסער אויף הייד פארק...). איך גיי קענען מגדל זיין מיינע קינדער געהעריג - אן קיין שום שטערונג פון די פארגרעבטע גאס.
די איינציגסטע זאך וואס מיר האבן נאך יא געדארפט צוקומען צו זיי- דהיינו די מוסדות, איז שוין יעצט אויך נישט דא. פון היינט און ווייטער קענען מיר זיי מער נישט!

איך קען נישט גענוג פארדאנקען די עסקנים פארן אהערשטעלן די מוסדות. איך וויל ענק זאגן ישר כח אין נאמען פון אלע אנדערע עלטערן, ענק זאלן האבן ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם.
 
אשרינו מה טוב חלקינו!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext