ווי איר זעט האב איך זיך ארויסגעשיילט פון מיינע טעגליכע באזוכן אין פארק, און איך בין דא נאר בין גברא לגברא.
איך האב געהאפט אז מען וועט מיר איבערנעמען און באריכטן די קנאות-שמוץ וואס ווערט געטוהן בתוככי עיר וויליאמסבורג אבער זעט אויס אז מקום הניחו לי און די מצוה פון מפרסמים את החנפים מפני חילול השם (יומא פו ב) איז געבליבן פאר מיר - האפנטליך, בלויז דערווייל.
אין קייט פון די קנאות אקציעס וואס נעמען אריין, חרוב מאכן יענעםס געשעפט, עס באשמירן, און מוחה זיין דערקעגן מיט ווילדע העצערייען וכו' וכו', איז די וואך באשמירט געווארן דער סיין פון דעם רעסטוראנט אויף ליע עוו. הארט נעבן ביהמ"ד תולדות אהרן, פארן חטא פון האבן זייער וועבזייטל דערויף, וואס צוליב דעם שרעקליכן זינד, ווערט מותר עובר זיין כל מיני עברות אין די תורה, כולל בא'גנב'ענען און וואנדאליזירן יענעםס געשעפט.
עס פארשטייט יעדער רעכטדענקענדער מענטש אז מיטן האבן זייער וועבזייטל אויפן געשעפט וועט קיינער נישט קלערן אנצוקומען צום אינטערנעט, און דאס איז געמאכט געווארן פאר ביזנעסלייט וואס זענען ממילא דערויף וואס זאלן גרינג קענען באשטעלן א נארהאפטיגן פרישטאג אן דעם וואס זיי זאלן ברויכן זיך אראפשלעפן צום געשעפט, אבער ווען מען רעדט פון אזעלכע פארשוינען איז דאך נישט שייך.
עס איז שוין צייט אז אלע געליטענע זאלן זיך צוזאמנעמען און מיט א פאראייניגטען כח יענעם (אדער עטליכע?) שטעלן אויפן פלאץ.
וואס קלערט איר, ברויך מען טוהן מיט אזא איינעם?
איך מיין אז אלס אנהייב זאל מען אים נעמען און אויסטוהן אדם-נאקעט און אים טובל זיין אין זיין מקוה פון פעך, וואס ער האט צוגעגרייט און פון דארט שעפט ער ארויס לעת מצוא.
עס איז צום גלויבן אז, צוליב זייער פחדנ'ישער כאראקטער וועט זיך נישט אויספעלען מער ווי דעם.
ליינט וואס עס דערציילט מיר איינער פון די הצלה עסקנים וואס איז געווען דערין פארמישט:
ווער עס געדענקט, מיט עטליכע יארן צוריק האבן די חברה געטומלט און פארפירט אויף די עוולה אז 'הצלה' האט פארמאכט ראסס סט. עס זאל נישט צוקומען צו קיין תערובות ווען אין עטרת אברהם איז געווען די פארטי לטובת זייער מוסד, און צוליב זייער שוואכקייט צו יעדע זאך וואס האט צוטאן מיט פרויען האבן זיי אויפגערודערט די גאס, און אפי' די רבנים פון חברה הצלה זענען ארויסגעקומען מיט מודעות אז אלעס ווערט געטוהן על פי הוראתם האט זיי דאס נישט צופרידן געשטעלט, און זיי האבן זיך געגרייט ארויסצוקומען מיט א שטארקן קאמפיין פון העצערישע פאשקעווילן און אזוי ארום שטערן די אזוי וויכטיגע געלט אקציע.
זענען עטליכע הצלה מעמבערס צוגעגאנגען צו דעם באקאנטן טיפש פון וויליאמסבורג וואס האט שוין פיל אידיש בלוט אויף זיינע פארפרומטע הענט און אים אנגעווארנט אז אויב שטעלט ער עס נישט אפ זאפארט, וועט מען זיך נעמען צו זיינע ביינער אז ער וועט דאס תמיד געדענקן.
וואס מיינט איר? ער האט ווי א וואויל יונגל געפאלגט. פלוצים איז אלעס שטיל געווארן. פון פעטש האבן קינדער בטבע מורא.
איך קען נישט זאגן מיט א זיכערקייט ווער עס שטייט אונטער די לעצטע גרוילקייט, אבער עס איז זייער גרינג געוואויר צו ווערן, און עס ברויך גענומען ווערן שריט קעגן די אנגייענדע עוולה.