בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

קנאים וואנדאליזירן וויליאמסבורגער רעסטוראנט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/9/2006 07:22 לינק ישיר 
קנאים וואנדאליזירן וויליאמסבורגער רעסטוראנט

ווי איר זעט האב איך זיך ארויסגעשיילט פון מיינע טעגליכע באזוכן אין פארק, און איך בין דא נאר בין גברא לגברא.
 
איך האב געהאפט אז מען וועט מיר איבערנעמען און באריכטן די קנאות-שמוץ וואס ווערט געטוהן בתוככי עיר וויליאמסבורג אבער זעט אויס אז מקום הניחו לי און די מצוה פון מפרסמים את החנפים מפני חילול השם (יומא פו ב) איז געבליבן פאר מיר - האפנטליך, בלויז דערווייל.

 
אין קייט פון די קנאות אקציעס וואס נעמען אריין, חרוב מאכן יענעםס געשעפט, עס באשמירן, און מוחה זיין דערקעגן מיט ווילדע העצערייען וכו' וכו', איז די וואך באשמירט געווארן דער סיין פון דעם רעסטוראנט אויף ליע עוו. הארט נעבן ביהמ"ד תולדות אהרן, פארן חטא פון האבן זייער וועבזייטל דערויף, וואס צוליב דעם שרעקליכן זינד, ווערט מותר עובר זיין כל מיני עברות אין די תורה, כולל בא'גנב'ענען און וואנדאליזירן יענעםס געשעפט.
 
עס פארשטייט יעדער רעכטדענקענדער מענטש אז מיטן האבן זייער וועבזייטל אויפן געשעפט וועט קיינער נישט קלערן אנצוקומען צום אינטערנעט, און דאס איז געמאכט געווארן פאר ביזנעסלייט וואס זענען ממילא דערויף וואס זאלן גרינג קענען באשטעלן א נארהאפטיגן פרישטאג אן דעם וואס זיי זאלן ברויכן זיך אראפשלעפן צום געשעפט, אבער ווען מען רעדט פון אזעלכע פארשוינען איז דאך נישט שייך.
 
עס איז שוין צייט אז אלע געליטענע זאלן זיך צוזאמנעמען און מיט א פאראייניגטען כח יענעם (אדער עטליכע?) שטעלן אויפן פלאץ.
 
וואס קלערט איר, ברויך מען טוהן מיט אזא איינעם?
 
איך מיין אז אלס אנהייב זאל מען אים נעמען און אויסטוהן אדם-נאקעט און אים טובל זיין אין זיין מקוה פון פעך, וואס ער האט צוגעגרייט און פון דארט שעפט ער ארויס לעת מצוא.
 
עס איז צום גלויבן אז, צוליב זייער פחדנ'ישער כאראקטער וועט זיך נישט אויספעלען מער ווי דעם.
 
ליינט וואס עס דערציילט מיר איינער פון די הצלה עסקנים וואס איז געווען דערין פארמישט:
 
ווער עס געדענקט, מיט עטליכע יארן צוריק האבן די חברה געטומלט און פארפירט אויף די עוולה אז 'הצלה' האט פארמאכט ראסס סט. עס זאל נישט צוקומען צו קיין תערובות ווען אין עטרת אברהם איז געווען די פארטי לטובת זייער מוסד, און צוליב זייער שוואכקייט צו יעדע זאך וואס האט צוטאן מיט פרויען האבן זיי אויפגערודערט די גאס, און אפי' די רבנים פון חברה הצלה זענען ארויסגעקומען מיט מודעות אז אלעס ווערט געטוהן על פי הוראתם האט זיי דאס נישט צופרידן געשטעלט, און זיי האבן זיך געגרייט ארויסצוקומען מיט א שטארקן קאמפיין פון העצערישע פאשקעווילן און אזוי ארום שטערן די אזוי וויכטיגע געלט אקציע.
 
זענען עטליכע הצלה מעמבערס צוגעגאנגען צו דעם באקאנטן טיפש פון וויליאמסבורג וואס האט שוין פיל אידיש בלוט אויף זיינע פארפרומטע הענט און אים אנגעווארנט אז אויב שטעלט ער עס נישט אפ זאפארט, וועט מען זיך נעמען צו זיינע ביינער אז ער וועט דאס תמיד געדענקן.
 
וואס מיינט איר? ער האט ווי א וואויל יונגל געפאלגט. פלוצים איז אלעס שטיל געווארן. פון פעטש האבן קינדער בטבע מורא.
 
איך קען נישט זאגן מיט א זיכערקייט ווער עס שטייט אונטער די לעצטע גרוילקייט, אבער עס איז זייער גרינג געוואויר צו ווערן, און עס ברויך גענומען ווערן שריט קעגן די אנגייענדע עוולה.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2006 14:16 לינק ישיר 

פון וועלכע רעסטוראנט איז די רעדע? לאמיר אלע אהינגיין און באשטעלן עפעס א גוטע פרישטאג מחזק צו זיין די זאך.

א באנדע קראנקע משוגעים. איך האלט פונקט ווי דיר אז מען דארך אין זיי פשוט אביסל אריינשמייסן אפאר שלעק אז זיי זאלן זיך אויסלערנען אז דער וועלט איז נישט הפקר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2006 18:57 לינק ישיר 

און אויב שוין יא, וואס איז די וועבזייטל אדרעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2006 23:48 לינק ישיר 

קודם וויל איך גראטולירן מיין חבר דיפלאמאט פאר'ן אראפברענגן די נושא בטוטו"ד, איך אלץ גרויסע קאסטומער פון די רעסטוראנט, האט מיר דאס זייער וויי געטוהן, איך קען פערזענליך דעם בעה"ב א איד מיט געפיל און הארץ, וויפיל צענדליגער באקומען דארט אומזיסט זייער עסן, ווייניג דא צו טרעפן אזעלכע פיינע אידן, ממילא בין איך אריבער דאס פלאץ היינט, און דא האט איר דעם זייטל אדרעס http://www.cafeworder.com/ באשטעלט אונליין, און ווי אויך גייט אריין פערזענליך, זייט מחזק דעם בעה"ב. 

בעני העם אתך!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 00:02 לינק ישיר 

זעט אויס אז דער שפריצער איז דער זעלבער וואס איז ארויפגעקראכן אויפן בילבארד ביים גאוואנעס (ביים ארויפגאנג אויפן וועג פון ב"פ קיין וומב"ג) די וואך און אנגעספרעיט די שרעקליכע בילד דארט, ווען ער האט געענדיגט איז ער איז געווען זייער אויסגעשעפט און צוריק געקומען קיין וויליאמסבורג קויפן א סענדוויטש, אבער אז די רעסטוראנט איז געווען פארשפארט האט ער אויסגעגאסן זיין כעס/ספרעי אויפן סיין... כמיין אז מקען שוין רואיג באשטעטיגן אז די ירושלים דאמעריקא האט זיך ערווארבן א אייגענע כת הסיקריקים, ירושלים של מטה כירושלים של מעלה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 01:08 לינק ישיר 

דיפלאמאט

דו הייבסט אהן מיט א תרועה גדולה

מפרסמין את החנפין!

אין די ענדיקסט מיט א קול דממה דקה.

מנן ומן הוא רחימך?

קי אז?

WHO DONE IT?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 06:52 לינק ישיר 

עס איז דא ערנסטע חשדות אז עס איז דער זעלבער וואס פלעגט זיך דרייען און פארפירן ביי גל-פז, ווערצבערגער, ועוד, ובעיקר פון די גרעסטע טומלער קעגן דעם עירוב האט א יד דערין, אבער ווילאנג איך ווייס נישט קלאר קען איך דאך נישט ארויסשרייבן דעם פולן נאמען.

עס איז דא א גרינגע וועג געוואויר צו ווערן ווער עס פארשמוצט זיך די הענט דערין, און עס וואלט געווען א גוטע זאך ווען די אלע געליטענע זאלן זיך צוזאמנעמען און אפשטעלן דעם ווילדן כוליגאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 22:43 לינק ישיר 

חילו לאורייתא!

א דאנק דעם חשובען איד וואס דו באשמיצט דא, האלט זיך וויליאמסבורג שענער פין די אלע אידישע גאסן אין "גאנץ" אמעריקא!

איך בין פערזענליך א סופארטער פין די הערליכע קאפע מיט די נארהאפטיגע עסן. קיינער אין וויליאמסבורג מאכט נישט די שטייגער עסן ווי זיי, אבער דאס ארויפלייגען א וועבזייטל אויף די אידישע גאסן פין וויליאמסבורג בשעת מען פרובירט דאס אויסצוראטן פין די אידישע היימען איז א עוולה און ליידער פארשטייט קיינער נישט קיין אנדערע שפראך.

יא! די טריפהנע מוזיק סטאר האט אפגעשפארט!
יא! די קליידער סטאר האט אראפגענומען די פרויענישע פארעמס פין זייער דיספלעי ווינדאו!

און נאך צענדליגער זאכן וואס מען האט ב"ה סוקסעספול דורכגעבראכן.

איך בין מקנא זיין עולם הבא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2006 00:51 לינק ישיר 

איך הער מאחורי הפרגוד

אז מען האט אים געבעטן אן א צאל

אראפצונעמען דעם אויפשריפט אויפן סיין אבער ער האט געצעגערט


מעתה פארשטיי איך אביסל דעם וואנדאליזירער


הגם איך גלייך זייער זיין פאטעטא סעלאד מיט מאשראם סאוס, ער מאכט זייער גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > קנאים וואנדאליזירן וויליאמסבורגער רעסטוראנט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext