ווער סהאט ליב מענדי וואלד וועט זיך באלעקן די פינגער מיט די נייע טעיפ, סדא הערליכע ניגונים,
שיינע מוזיק און קאור, און אין סך הכל איז עס זייער א געלונגענע צוזאמשטעל
"אחד יחיד ומיוחד" איז א ערשטקלאסיגען קנאק ניגון פון יוסי גרין מיט עלעקטראניק
אראנדזשירונגען, די שטייטע ניגונים זענען אויך הערליך און זייער שיין געזינגען מיט מענדיס
זיסע שטימע ווי למשל "ותערב" וואס איז הפלא פון ברוך לעווין אזוי אויך "גלה" און "זכור", נאך
אפאר שנעלע ניגונים זענען "השם אחד" מיט אידישע ווערטער פון ליפא אויך זייער געלונגען און
"מרבה" פון מענדי ווערצבערגער וועלכער זינגט אויך אביסל, צום שלוס איז אויך דא די געוואלדיגע
ניגון פון JJ פריעד "מי יעלה" וואס איז שוין טאקע געווען אויף זיין טעיפ "100%" אבער סאיז דאך
געשמאק צו הערן דא נאכאמאל, און אויך א מער קלאסישע סטייל ניגון אויף "ישימך אלקים כאפרים
וכמנשה"
רעקאמאנדירט פאר ווער סהאט ליב מענדיס סטייל און שטימע, ובאמת א געלונגענע טעיפ און לדעתי צען
מאל שענער ווי זיינע פריערדיגע טעיפס "אנחנו עמך" און "כח", כהאב געקויפט, געהערט, און באמת
הנאה געהאט, סשפילט שוין ביי מיר באלד מער ווי בין כך ובין כך
 |
|
|